אונטערגעטאַנצט פֿאַר פֿרייד!

When I Wrote This Article, I Danced for Joy!

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published June 18, 2015, issue of July 10, 2015.

ווער ס׳האָט דער ערשטער געטאַנצט ווייס איך נישט; פֿון וואַנעט ס׳וואַקסט דאָס וואָרט „טאַנצן“ איז אויך נישט קלאָר. מע ווייסט יאָ, אַז נאָך דעם ווי דאָס וואָרט איז אַרײַן אין פֿראַנצייזיש (פֿון גערמאַניש? פֿון לאַטײַן?) האָט זיך עס ווײַטער פֿאַרשפּרייט, דער הויפּט דורך דײַטש, איבער גאַנץ אייראָפּע, געפֿינט מען וואַריאַנטן פֿון דעם וואָרט אין ענגליש, פּאָרטוגאַליש, איטאַליעניש, רומעניש, שוועדיש, דעניש, האָלענדיש, טשעכיש, פּויליש, רוסיש, אונגעריש און נאָך.

אַ מאָל האָבן די רוימער געזאָגט אויף דעם saltare (שפּרינגען), וואָס צו דעם וועלן מיר זיך נאָך אומקערן. די פֿאַרצײַטישע גריכן האָבן געהאַט אַ וואָרט khoros, וואָס דערפֿון וואַקסט אונדזער „כאָר“ און „כאָרעאָגראַפֿיע“. הייסט עס, ס’נעמט אַרײַן סײַ זינגען, סײַ טאַנצן. און טאַקע, בײַ די אַמאָליקע גריכן איז אַ khoros געווען אַן אַקטיאָר, וואָס סײַ ער זינגט, סײַ ער טאַנצט.

אַז די רוימער האָבן מיט דער צײַט געוואָלט האָבן אַ וואָרט דווקא בלויז אויף „טאַנצן“, האָבן זיי זיך געווענדט צו די גריכן, פֿאַרשטייט זיך. זיי האָבן, אָבער, נישט איבערגענומען khoros, נאָר אַן אַנדער שורש, ballein, קודם־כּל, טײַטש ‘וואַרפֿן’, ערשט שפּעטער ’טאַנצן‘. פֿון דעם וואַקסט אונדזער „באַל“ (ball בלעז), ד״ה ,אַ גרויסע מסיבה, וווּ מע טאַנצט.

פֿון דעם שורש וואַקסט אויך „באַלעט“ און „באַלאַדע“, איז ווידער אַ מאָל האָט מען סײַ טאַנצן, סײַ זינגען.

נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט. פֿון דעם שורש וואַקסן נאָך צענדליקער ווערטער: „פּראָבלעם“ נעמט זיך פֿון אַ ווערב טײַטש „פֿירוואַרפֿן“; „מעטאַבאָליזם“ — פֿון „אַריבערוואַרפֿן“; „פּאַראָל“ און „פּאַרלאַמענט“, פֿונעם פֿראַנצייזישן parler (רעדן), וואַקסן פֿונעם גריכישן paraballein ’וואַרפֿן/שטעלן אַקעגן, פֿאַרגלײַכן‘; „סימבאָל“ — פֿון „צונויפֿוואַרפֿן/צונויפֿשטעלן“, אַפֿילו ס’פֿראַנצייזישע diable (שׂטן), וואָס האָט אויך קרובֿים איבער גאַנץ אייראָפּע, איז פֿון אַ שורש טײַטש „איבערוואַרפֿן, באַרעדן“.

אויף מאַמע־לשון האָט „טאַנצן“ נישט בלויז זײַן ממשותדיקן טײַטש, נאָר אויך אַ מעטאַפֿאָרישן. „אונטערטאַנצן“ איז טײַטש, לויט די ווערטערביכער, „אַ ביסל טאַנצן“, אָבער אויך „אונטערשפּרינגען, געבן אַ שפּרונג (כּדי אויסצודריקן אַ שטאַרק געפֿיל)“. דאָ זעען מיר ווידער אַ מאָל דאָס שײַכות צווישן טאַנצן און שפּרינגען. בדרך־כּלל טאַנצט מען אונטער פֿאַר פֿרייד, אָבער ס׳מאַכט זיך אַ מאָל, אַז מע טאַנצט אויך אונטער פֿאַר כּעס.

„אַרומטאַנצן“ קען זײַן סתּם ’טאַנצן אַרום און אַרום‘, אָבער ס׳איז גיכער ’פּאָרען זיך אַרום, אָפּגעבן זיך אין גאַנצן מיט חנפֿענען‘.