(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַחרון אַחרון, אַ דאַנק מאָריס סעמיועל, אין זײַן ביכל In Praise of Yiddishֿ, האָב איך זיך דערוווּסט פֿונעם וואָרט „אונטערטענצלען“, טײַטש „אונטערשפּרינגען ווי בײַם טאַנצן, נישט קענען אײַנשטיין אויפֿן אָרט“. אינעם רובֿ ווערטערביכער איז דאָס וואָרט נישטאָ, אָבער אינעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“ איז עס יאָ דאָ, מיט אַזוינע ציטאַטן:
„ער טענצלט אונטער פֿון קעלט“ (משה נאַדיר);
„ער האָט געהאַט אַ טבֿע אונטערצוטענצלען און פּאַטשן אַ האַנט אין אַ האַנט ווי שׂימחת־תּורה צו הקפֿות“ (חיים גראַדע).
דאָרטן איז פֿאַראַן אַפֿילו „דאָס אונטערטענצל“ ’נאָכשפּרינגעניש, כּלומרשטער טאַנץ; נישט־כּשר געשעפֿטל‘.
***
אַזוי ווי די פֿאַרבינדונג צווישן זינגען און טאַנצן איז אַזאַ שטאַרקע, איז כּדאַי אויך צו דערציילן וועגן דעם וואָרט „זינגען“. קודם־כּל, איז דאָ בײַ ייִדן דער חזן. לויט די מקורים איז אַ חזן גאָר אַ מאָל געווען אַ רעגירונג־באַאַמטער; ערשט אין מיטל־עלטער איז דאָס וואָרט אַריבער אויף דעם וואָס דאַוונט פֿאַרן עמוד. ס׳איז, אַ פּנים, אַ לײַוואָרט אין לשון־קודש פֿון אַן אַנדער סעמיטיש לשון; נאָר אפֿשר איז עס גאָר פֿונעם שורש „חזה“ (ברוסט), אַזוי ווי ס׳וואָרט „חזית“ (פֿראָנט), ווײַל דער חזן שטייט פֿאַר דער עדה?
ס’ענגלישע cantor, ווידער, איז נישט מער ווי ס׳לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר „זינגער“, פֿ״גל ס׳פֿראַנצייזישע chanteur, ס׳שפּאַנישע cantor אאַז״וו. אַ משורר, וואָס זינגט מיט מיטן חזן אין שיל, איז אין הײַנטיקן עבֿרית טײַטש „פּאָעט“.
וועגן וואָרט „זינגען“ אַליין איז נישטאָ קיין סך צו דערציילן, חוץ דעם, וואָס ס׳וואָרט „זינגער“ איז אויך אַ פֿאַרשפּרייטע פֿאַמיליע בײַ ייִדן. דער סלאַווישער עקוויוואַלענט איז אויך אַ פֿאַמיליע: „ספּיוואַק“. ס׳וואָלט געווען טשיקאַווע צו זען, וויפֿל ס׳איז נאָך דאָ אַזעלכע פּאָרלעך; דערווײַל קען איך ברענגען נאָך איינס: מײַן פֿאַמיליע, „גלעזער“, פּאָרט זיך מיטן סלאַווישן „שקלאַר“, מיטן זעלביקן טײַטש.
תּיקון־טעות: אין שײַכות מיטן וואָרט „פֿאַר וואָס“ האָט מיר ד״ר חוה לאַפּין אָנגעוויזן דערויף, אַז נישט נאָר אויף ייִדיש און פּויליש איז פֿאַראַן „נאָך“, אַזוי ווי „די מאַמע איז געגאַנגען אין מאַרק אַרײַן נאָך קוילן“. אויך אויף ענגליש איז דאָס פֿאַראַן, כאָטש ס׳איז אַלטלעך: I’ve come here after…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.