(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ גאַנצער גרופּע ייִדן, װעמען דער דײַטש אָסקאַר שינדלער האָט געראַטעװעט פֿון די נאַציס בעתן חורבן, האָט זיך באַזעצט אין אױסטראַליע נאָכן חורבן. לעצטנס, אַז די פֿרױ אַנאַ רײַך איז געשטאָרבן, האָט מען געמײנט, אַז אַלע אױסטראַלישע שינדלער־ייִדן געפֿינען זיך שױן אױפֿן עולם־האמת, נאָר איצט װײסט מען, אַז צװײ געװעזענע שינדלער־ייִדן װױנען נאָך אַלץ אין מעלבורן.
הענריק נײַפֿעלד איז געבױרן געװאָרן אין קראָקע, פּױלן, דעם 14טן אױגוסט, 1920. ער האָט אָנגעװױרן זײַן גרױסע משפּחה נאָך דעם װי די קראָקעװער געטאָ איז אָפּגעשאַפֿן געװאָרן אין 1943. נײַפֿעלד האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין שינדלערס פֿאַבריק אין ברונליץ אין 1944. זײַן נאָמען איז פֿאַרשריבן געװאָרן אױף שינדלערס ליסטע, װײַל ער איז געװען אַ מעטאַל-אַרבעטער. ער איז באַפֿרײַט געװאָרן דעם 19טן מײַ, 1945 און איז צוריקגעפֿאָרן קײן קראָקע. דאָרט האָט ער געזען, אַז ער האָט נישט קײן צוקונפֿט אין זײַן הײמשטאָט. ער איז אָנגעקומען אין מעלבורן אין 1948. ער האָט צװײ קינדער און צװײ אײניקלעך.
אַהרן שטײן איז געבױרן געװאָרן אין לאָדזש, פּױלן, אין 1920. די משפּחה איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן קראָקע אין 1942. דאָרט זײַנען שטײן און זײַנע ברידער פֿאַרשיקט געװאָרן אין לאָקאַלע לאַגערן. ער האָט אָנגעהױבן אַרבעטן פֿאַר די שינדלערס אינעם לאַגער פּלאַשוווּ אין 1943. אין 1944 איז ער פֿאַרשיקט געװאָרן קײן ברונליץ. בײַם סוף פֿון דער מלחמה איז ער געבליבן אַ פּאָר חדשים אין טשעכאָסלאָװאַקײַ אײדער ער איז צוריק געפֿאָרן קײן לאָדזש. דאָרט האָט ער חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרױ, אַנאַ. זײ האָבן פֿאַרלאָזט פּױלן אין 1958 און זיך באַזעצט אין אױסטראַליע. אַהרן און אַנאַ האָבן צװײ טעכטער, דרײַ אײניקלעך און דרײַ אור־אײניקלעך.
דער מעלבורנער געשעפֿטסמאַן רוסלאַן קאָגען זאַמלט געלט אױפֿצובױען אַ דענקמאָל נאָך די אומגעקומענע ייִדן פֿון זײַן הײמלאַנד, בעלאַרוס (ווײַסרוסלאַנד). קאָגען איז געקומען קײן מעלבורן מיט די עלטערן און זײַן שװעסטער אין 1989. ער רופֿט מעלבורנער ייִדן זיך בײַצושטײַערן אױפֿן פֿאָנד, װאָס װעט בױען דעם דענקמאָל אױפֿן מעלבורנער בית־עולם אין דער פֿאָרשטאָט ספּרינגװײל. אַן ערך 375,000 ייִדן האָבן געװױנט אין בעלאַרוס פֿאַרן חורבן. אַן ערך 245,000 זײַנען אומגעקומען. די מעלבורנער חבֿרה־קדישא טיילט אויס דאָס אָרט, װוּ דער דענקמאָל װעט שטײן.
צו בײַשטײַערן זע: www.gofundme.com/BelarusMemorial
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.