(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַוודאַי, האָט מען ס’רובֿ געלט פֿאַרדינט בײַ די חתונות, אָבער מע האָט אויך געשפּילט אויף אָרגאַניזאַציאָנעלע אונטערנעמונגען, אין רעסטאָראַנען און אין ייִדישן טעאַטער. דער „אַרטש־סטריט־טעאַטער‟ האָט געשמט אין דער ייִדישער קולטור־וועלט מיט זײַנע פֿאָרשטעלונגען, אַקטיאָרן און מוזיקער. דעם בנין האָט מען אַראָפּגעריסן אין 1936. דערנאָך האָבן די קלעזמאָרים געפֿונען אַרבעט אויף ראַדיאָ־סטאַנציעס ווי WPEN. די גוט באַקאַנטע ניו־יאָרקער זינגערס און אַקטיאָרן, ווי פֿריידעלע און משה אוישער, פֿלעגן זיך אויך אַריבערכאַפּן און שפּילן אין פֿילאַדעלפֿיער טעאַטערס און ראַדיאָ־פּראָגראַמען. אַ ביסל האָט מען געקענט פֿאַרדינען פֿון רעקאָרדירוגנען. דער קאַפּעלמײַסטער הערי קאַנדעל האָט אַרויסגעגעבן מער ווי 90 קלעזמערישע שטיקלעך צווישן 1917 און 1927.
שוין אין די 1930ער יאָרן האָט מען די קלעזמאָרים באַטראַכט ווי אַלט־מאָדיש און נישט אויף דער זעלבער מדרגה ווי די אַמעריקאַניזירטע שפּילער. די „אַלטע‟ קלעזמאָרים האָבן בלויז געקענט שפּילן ייִדישע מוזיק, אָבער די „אַמעריקאַנער‟ האָבן אויך גוט געקענט שפּילן די אַמעריקאַנער מוזיק און בײַ די חתונות האָט מען ביידע געוואָלט הערן.
אין פֿילאַדעלפֿיע האָבן געשפּילט פֿידל די קאַפּעלמײַסטערס פֿון די פֿיר אָנפֿירנדיקע קאַפּעליעס; נאָך אַ סימן, אַז די קלעזמערוועלט האָט זיך געהאַלטן מער קאָנסערוואַטיוו ווי אין אַנדערע שטעט, וווּ דער קלאַרנעט, סאַקסאָפֿאָן און טרומייט האָבן פֿאַרנומען דעם אויבן אָן. אין ניו־יאָרק, למשל, האָבן די קלעזמאָרים אויסגעפּרוּווט נײַע קלעזמער־קלאַנגען מיט דזשעז, אָבער נישט אין פֿילאַדעלפֿיע. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִנגערע מוזיקער, וואָס זענען נישט אויפֿגעוואַקסן מיט קלעזמער, זיך אויסגעלערנט דעם רעפּערטואַר און סטיל פֿון די עלטערע שפּילערס בעת זיי זענען אויפֿגעטראָטן, זענען דער רעפּערטואַר און סטיל געבליבן סטאַביל.
די אַנעקדאָטן וואָס נעצקי האָט געזאַמלט, איז אַ פֿאַרגעניגן צו לייענען און מאַכן לעבעדיק דאָס ווערק. למשל, ער דערציילט וועגן אַ ייִד, פּייסי, וואָס ער פֿלעג קומען יעדע וואָך אין אַ קלוב צו הערן די קלעזמאָרים, און האָט נאָר געוואָלט הערן איין מעלאָדיע. קיין נאָמען פֿאַר דער מאָלאָדיע האָט מען נישט געהאַט, האָט דער אָנפֿירער פֿון דער קאַפּעליע אים געזאָגט, „פּייסי, דו וואָלטסט געדאַרפֿט קויפֿן דעם פֿריילעכס. גיב אונדז צען דאָלער, און מע וועט עס פֿון הײַנט אָן רופֿן ׳פּייסיס פֿריילעך׳. האָט ער אים געגעבן די צען דאָלער און איבער דער גאַנצער שטאָט רופֿט מען דאָס נאָך אַלץ „פּייסיס פֿריילעך”.
ד״ר נעצקיס אַרבעט גיט איבער אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע פֿונעם אימיגריאַנטישן לעבן, און אַ דאַנק זײַן עטנאָגראַפֿישן צוגאַנג, אין וועלכן ער האָט נישט בלויז געלייענט ביכער, נאָר אויך גערעדט מיט מענטשן, באַקומט זיך אַ זעלטענער פּאָרטרעט פֿון דער קלעזמער־וועלט אין פֿילאַדעלפֿיע.
מע קען זען ווי די „קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע‟ שפּילט „אַ נאַכט אין גן־עדן‟ בײַ דער פֿאַרבינדונג:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.