שױן דרײַ יאָר װי איך פֿאַרברענג די זומער־חדשים, לערנענדיק און אַרבעטנדיק אין ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. יעדן טאָג קום איך אַרײַן אין צענטער און באַװוּנדער די ריזיקע קאָלעקציעס ביכער און צײַטשריפֿטן, װאָס שטײען אױף די פּאָליצעס. זײ פֿאַרבעטן דעם פֿאַרבײַגײער אַרײַנצוקוקן און לײענען כאָטש אַ פּאָר שורות. אמת, די מערסטע טוריסטן װאָס קומען באַזוכן דעם צענטער, קענען נישט לײענען קײן ייִדיש, אָבער אױפֿן ערשטן בליק דערשפּירט מען דאָס אומבאַנעמלעכע עשירות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די װאָך האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט קאַטרין מאַדסען, דער ביבליאָגראַפֿין בײַם צענטער.
„אױפֿן אָרט זענען דאָ אַן ערך הונדערט פֿופֿציק טױזנט בענד. — האָט זי דערציילט, — נאָך אַ זעקס הונדערט טױזנט דופּליקאַטן האַלטן מיר אין אַ געדונגענעם סקלאַד נישט װײַט פֿון ביכער־צענטער. די רעשט האָבן מיר צעשיקט אין ביבליאָטעקן און פּריװאַטע קאָלעקציעס.“ די ביכער מעג מען קױפֿן פֿאַר אַכט דאָלאַר אַ באַנד, נישט װיכטיק צי ס׳איז אַ ביכל פּאָעזיע, צי אַן עקזעמפּלאַר פֿון סטוטשקאָװס טױזנט־זײַטיקן „אוצר“. פֿאַרשטײט זיך, יעדן זומער װאָס איך בין דאָ, ניץ איך אױס די געלעגנהײט אַהײמצוברענגען אַ בינטל ביכער…
װי גרױס די קאָלעקציע זאָל נישט זײַן, איז אַ מאָל זײער שװער צו געפֿינען די װערק אַפֿילו פֿון די גאָר באַקאַנטע מחברים. „פֿאַראַן געװיסע אױטאָרן, — האָט דערקלערט חבֿרטע מאַדסען, — װאָס װערן באַלד אױספֿאַרקױפֿט: קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, ציליע דראַפּקין, עטלעכע טיטלען פֿון סוצקעװערן, גלאַטשטײנען, קאַרפּינאָװיטשן… אַנ־סקיס ביכער צעברעקלען זיך אין די הענט, און יעדער אײנער װיל אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ’דיבוק‘. גליקל האַמל, בעלאַ שאַגאַל, סטוטשקאָװס ׳גראַמען־לעקסיקאָן׳… די אָ ביכער באַקומען מיר פֿון צײַט צו צײַט, אָבער זעלטן װען האָבן מיר צענדליק עקזעמפּלאַרן.“
די באַרימטסטע ייִדישע שרײַבער, װאָס זײערע ביכער זענען נישט צוטריטלעך אױף די פּאָליצעס, זענען יצחק באַשעװיס און חײם גראַדע. פֿאַר װאָס? איבער דער דרוקרעכט־פּאָליטיק טאָר מען נישט אַרױפֿשטעלן אױף דער אינטערנעץ קײן סקאַנירטן נוסח פֿון זײערס אַ בוך, און דערפֿאַר (אָבער נישט נאָר דערפֿאַר) װיל מען קױפֿן די אָריגינעלע געדרוקטע בענד. זײערע ביכער האַלט מען אין קעלער; אַנדערש װאָלט אַ קונה געקענט צוטראָגן אַן עקזעמפּלאַר צו דער קאַסירשע, װאָס לײענט נישט קײן ייִדיש און װײסט נישט, אַז דאָס בוך איז אַ יקר־המציאות. חבֿרטע מאַדסען האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז לעצטנס האָט דער צענטער דװקא געקראָגן אַ שפּאָר ביסל ביכער פֿון בײדע מחברים; אָבער געװײנטלעך קומען זײ אָן זעלטענער און װערן באַלד אױספֿאַרקױפֿט.
װאָס שײך אַנדערע מחברים און ביכער איז נישט אַזױ קלאָר, פֿאַר װאָס זײ זאָלן זיך נישט געפֿינען צװישן די אוצרות פֿון ביכער־צענטער. למשל, דער צענטער פֿאַרמאָגט עטלעכע צענדליק עקזעמפּלאַרן פֿון די ערשטע דרײַ בענד פֿון יאָפֿע און מאַרקס „גרױסן װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, אָבער דער פֿערטער (און לעצטער) באַנד פֿעלט. בײַם נישטערן אין די ביכער אין קעלער האָב איך באַמערקט, אַז געװיסע בענד פֿון רײזענס „לעקסיקאָן“ פֿעלן אין גאַנצן אויס, בשעת אַנדערע זענען דאָ דאָרט מיט העכער צװאַנציק דופּליקאַטן.
די לעצטע קאַטעגאָריע ביכער פֿעלן, דאַכט זיך מיר, צוליב אידעאָלאָגישע סיבות. איך רעד דאָ פֿון די װערק, װאָס די הײַנטיקע ייִדישיסטן האָבן בײַ זיך אין דער הײם און, דערפֿאַר, גײען נישט אַרױס פֿון טאָג־טעגלעכן באַניץ. די װערק פֿון ד״ר מרדכי שעכטער, בפֿרט זײַנע סטיליסטישע און לעקסיקאָגראַפֿישע ביכלעך, זענען דאָ אין װײניקער עקזעמפּלאַרן, װי אַ סך פֿון זײַנע ליטעראַרישע מיטצײַטלער. איך האָב נישט געקענט געפֿינען מער װי אַן עקזעמפּלאַר צװײ פֿון שעכטערס „לײַטיש מאַמע־לשון“ אָדער „אַקאַדעמישער טערמינאָלאָגיע“, חוץ אין די קלאַסצימערן, װוּ זײ װערן טאַקע געניצט און דעריבער נישט פֿאַרקױפֿט. „די געװיקסן־װעלט אין ייִדיש“ האָב איך אין ערגעץ נישט געפֿונען, נישט אין קײן אָרט װאָס איך האָב געקענט דערגרײכן מיטן איבערשליסל.
מע פֿאַרקױפֿט יאָ דאָס לערנבוך „ייִדיש צװײ“ אין בוכגעשעפֿט צװישן די װערטערביכער און אַנדערע סוּװענירן, אָבער איך פֿאַרשטײ, אַז די קאָפּיעס האָט דער ביכער־צענטער געקױפֿט דירעקט פֿון פֿאַרלאַג (אַ פּאָר געשאָנקענע עקזעמפּלאַרן ליגן אין קעלער). אין פֿאַרגלײַך מיט די ממש אומצאָליקע בענד פֿון זײַן שכן עלי שעכטמאַן (לױטן אַלף־בית, הײסט עס; זע דאָס בילד), זענען שעכטערס סטיליסטישע װערק װי נישטאָ. און זײַנע נישט־סטיליסטישע װערק? איך האָב אָנגעצײלט 81(!) עקזעמפּלאַרן (מער־װײניקער 40 קאָמפּלעטן) פֿון די געזאַמלטע װערק פֿונעם פּאָעט און בדחן אליקום צונזער, װאָס שעכטער האָט רעדאַקטירט. אָבער שעכטערס נײַערע, רײן ייִדישיסטישע װערק װערן געשאָנקען װײניקער.
צו דער זעלבער קאַטעגאָריע געהערן אױך די ביכער און ספֿרים, װאָס גײען הײַנט אַרױס פֿון „הײמישע“ פֿאַרלאַגן. די סיבות דערפֿאַר זענען קלאָר: ערשטנס, איז דער ייִדישער ביכער־צענטער אין גאַנצן אַ װעלטלעכע אינסטיטוציע, װאָס איז נישט קײן „אַדרעס“ אין די חסידישע קרײַזן. סע װאָלט נישט אײַנגעפֿאַלן דעם חסיד אַהינצושיקן זײַנע אַלטע ספֿרים, און זײַנע קינדער שיקן זײ אױך נישט. אַפֿילו די סאַמע פֿאַרשפּרײטסטע ייִדישע ספֿרים פֿון ליובאַװיטש, װאָס שטײען אױף די פּאָליצעס בײַ יעדן שליח אין הױז (למשל, די שיעורים בספֿר־התּניא, די לקוטי־שׂיחות) זענען נישטאָ אין צענטער. צװײטנס, װערן געשאָנקען װײניק נײַע ביכער בכלל, שױן אָפּגערעדט פֿון די חסידישע ראָמאַנען, קינדערביכער און הײליקע ספֿרים, װאָס מע געפֿינט אין די ברוקלינער געשעפֿטן.
די באַזוכערס פֿון ייִדישן ביכער־צענטער מײנען אָפֿט, אַז דער צענטער האָט אַלע טיטלען שױן אָנגעזאַמלט, און אַז די גאַנצע ליטעראַטור איז דאָ צום געפֿינען. װײַזט זיך אָבער אַרױס, אַז אױך פֿון די ביכער װאָס פֿעלן, קען מען זיך עפּעס דערװיסן װעגן דער ייִדישער לײענערשאַפֿט פֿון נעכטן און פֿון הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.