(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס הייסט דער „פֿאַקטישער באַניץ“? אַ גרויסע צרה אין משך פֿון די גאַנצע 150 יאָר פֿונעם מאָדערנעם ליטעראַרישן לשון אונדזערן איז דאָס, וואָס אונדזער פּרעסע און אינטעליגענץ האָבן אַוועקגעמאַכט ס’טראַדיציאָנעלע לשון מיט דער האַנט און געוואָלט פֿאַרדײַטשמערישן, פֿאַרפּוילישן, פֿאַררוסישן מאַמע־לשון. בלויז די פֿילאָלאָגן און די בעלי־לשון, פֿון שלום־עליכמען אָן, האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט. באַקלאָגט זיך דערוועגן האָבן יעקבֿ גלאַטשטיין, אפֿרים אויערבאַך, זלמן רייזען, ביידע ווײַנרײַכס, שלמה בירנבוים א״אַ. מיט אויערבאַכס ווערטער: „מיר האָבן דאָס ייִדישע לשון פֿאַרזשורנאַליסטעוועט און מיר פֿאַרגעסן אַ סך מאָל, אַז די צײַטונג איז נישט דער פֿולער ייִחוס פֿון אונדזער לשון“.
האָט זיך, אָבער, דאָס פֿאָלק געלערנט דווקא מער פֿון דער פּרעסע ווי פֿון די בעלי־לשון. איז דאָך נישט קיין חידוש, וואָס דער „פֿאַקטישער באַניץ“ שטימט מער מיטן מלוכישן לשון ווי מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן באַניץ.
אײַ, אַמפּערן זיך איבער „אָסטרעלענקע“ וועט אַרויסרופֿן בײַם לייענער אַ ביטולדיקן שמייכל? איז לאָמיר נעמען בולטערע דוגמות. בײַ מיר איז נישטאָ קיין ספֿק, אַז „בערדיטשעוו“ און „אָדעס“ זענען ס’רובֿ דער „פֿאַקטישער באַניץ“ וועגן אָט די שייכדיקע שטעט, אָבער דאָס זענען פֿאָרט מער רוסיש ווי ייִדיש; אויף מאַמע־לשון איז „באַרדיטשעוו“ און „אַדעס“, אַ והא־ראַיה: מע געפֿינט זיי ביידע צענדליקער מאָל בײַ שלום־עליכמען. זאָל דער לייענער נישט מיינען, אַז מיר דאַרפֿן בלינדערהייט אָננעמען אַלצדינג אין זײַן שפּראַכבאַניץ. פֿונדעסטוועגן, קען מען דאָ זיכער בויען אויף זײַן אויסלייג.
אַזוינע דוגמות קען מען ברענגען אַ סך. דעם שרײַבער פֿון די שורות איז נישט איין מאָל אויסגעקומען אײַנצוטענהן מיט קאָלעגן אינעם „פֿאָרווערטס“, אַז אַלע ייִדישע שטעט און שטעטלעך אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דאַרף מען אָנרופֿן און באַשרײַבן מיטן ייִדישן נאָמען זייערן. חוץ באַרדיטשעוו און אַדעס, דאַרף מען שרײַבן „קעשענעוו“, נישט „קישינעוו“; „מעזשביזש“, נישט „מעזשיבאָזש“; „בראָסלעוו“ אָדער „בראַסלעוו“, נישט „בראַצלאַוו“; „סאָטענעוו“, נישט „סאַטאַנאָוו“; „האָמליע“, נישט „גאָמעל“ און נאָך און נאָך.
צו דעם איז דאָ נאָך אַן ענין: דער „פֿאַקטישער באַניץ“ פֿון די פֿאַרגאַנגענע הונדערט יאָר אין הילכות אויסלייג איז דאָך געווען היפּשלעך דײַטשמעריש. זענען געקומען דער ייִוואָ מיט דער „צישאָ‟ און אַרויסגעגעבן די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, כּדי צו מאַכן אַ סוף צום דעמאָלטיקן באַניץ און אומצוקערן ס’לשון אין אַ גרויסער מאָס צו דער דורותדיקער טראַדיציע. מוזן מיר קומען צום אויספֿיר, אַז אָפּהיטן דעם „פֿאַקטישן באַניץ“ איז אַ גרויסער פֿעלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.