אַ דינינקער חילוק און פֿאָרט גאָר אַ גרויסער

A Small Difference Can Make a Big Difference


פֿון הערשל גלעזער

Published June 02, 2015, issue of July 24, 2015.

אין דער רעדאַקציע פֿון אַ ייִדישן זשורנאַל, וווּ כ׳בין אַ מיטגליד, איז געקומען צו רייד וועגן אַ באַליבטער טעמע מײַנער: ייִדישע ערטער‪-‬נעמען. איינער וואָס דרוקט דאָרטן אַן אַרטיקל, שרײַבט וועגן דעם שטעטל וואָס אויף פּויליש הייסט עס Ostrołęka, האָט דיסקוטירט מיט דער רעדאַקציע ווי דאַרף מען אויסלייגן דעם ייִדישן נאָמען פֿון דעם שטעטל.

נו, מאַכט זיך, אַז לויט די אינפֿאָרמאַציעס פֿון מרדכי שעכטער ע״ה, איז דער דורותדיקער נאָמען דווקא „עסטערלענקע“. מאַמע־לשון האָט נישט איין אָרט‪-‬נאָמען וואָס איז איבערגעפֿורעמט געוואָרן פֿונעם פֿאָלק אויפֿן סמך פֿון אַ מענטשלעכן — זייער אָפֿט אַ ווײַבערשן — נאָמען. דער נאָמען „אסתּר“ אַַליין פֿיגורירט אין „עסטערדין“ (פּויליש Sterdyń); אין „עסטערפּאָליע“, בעסער באַקאַנט ווי דאָס היימשטעטל פֿונעם לץ הערשעלע אָסטראָפּאָליער (אוקראַיִניש Staryy Ostropil, רוסיש Ostropol); און אינעם נאָמען פֿון טײַך Dniester, וואָס אויף ייִדיש איז עס אָדער „נעסטער“ אָדער „עסטער“. אַנדערע טשיקאַווע איבערפֿורעמונגען זענען „מזל־באָזשיץ“ (פּויליש Modliborzyce) און „עפּלמיץ“ (פּויליש Niepołomice). הײַנט וווּ איז „לעמב(ע)ריק“, וואָס האָט אויף דײַטש קודם געהייסן Löwenburg (burg איז טײַטש ‘שלאָס’ אָדער ‘שטאָט’), דערנאָכדעם Lemberg (berg איז דאָך ‘באַרג’) און אויף ייִדיש, אין פֿאָלק — „לעמבריק“, מיט „בריק“. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

פֿאַר „עסטערלענקע“ בין איך נישט גרייט זיך אײַנצושטעלן, האָב איך רעקאָמענדירט „אָסטרעלענקע“, וווּ דער ערשטער עין גיט איבער די ייִדישע נטיה צו פֿאַרטונקלען אומאַקצענטירטע וואָקאַלן. דער שרײַבער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט פֿאַר „אָסטראָלענקע“, בהסכּם מיטן פּוילישן אַרויסרייד און אויסלייג, מיטן תּירוץ, אַז אַזוי איז אָנגענומען אינעם פֿאַקטישן באַניץ אין משך פֿון די לעצטע הונדערט יאָר.

דער לייענער וועט זיך אַוודאי טראַכטן, וועמען גייט עס אָן אַזאַ דינינקער חילוק? בין איך אויך געקומען צו דעם אויספֿיר, אַז „אָסטרעלענקע“ איז אין תּוך אַרײַן אומרעלעוואַנט. דער פּרינציפּיעלער ענין איז אין גאַנצן אַן אַנדערער: