זעענדיק, ווי די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן נוקלעאַרער ענערגיע אין איראַן האָבן שוין פֿאַרפֿעלט נאָך אַ טערמין, הייבט זיך מיר אָן דאַכטן, אַז דער פּראָצעס איז נישט קיין דיפּלאָמאַטישע געניטונג, נאָר גיכער אַ שפּאַציר דורך אַ קאָרידאָר פֿון שפּיגלען.
די האַרטע קעפּ פֿון ביידע צדדים באַרעדן דעם צווייטן צד ווי אַ כאָפּטע ליגנער. טוען זיי עס כּדי צו באַווײַזן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען זענען נישט מער ווי אַ שווינדל? אָדער כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די האַנט פֿון די אייגענע פֿאַרמיטלער? דערווײַל שיטן די פֿאַרמיטלער פֿון ביידע צדדים מיט שיינע לאָזונגען, דערקלערנדיק, אַז דער אָפּמאַך וועט אָפּשאַפֿן די יאָרן פֿון חשד און דראָונגען. אין דער אמתן אָבער, קאָן דער צוקונפֿטדיקער אינספּעקציע־פּראָצעס אין איראַן, אויב עס וועט בכלל געלינגען, נאָך אַרויסרופֿן מער אַנגסטן פֿון פֿריִער.
דערבײַ וועט איראַן זיך ווײַטער באַרימען, אַז זי פֿירט אָן מיט דער שיִיִטישער איסלאַמיסטישער רעוואָלוציע. דאָס איז אָבער נישט געווען אַ טייל פֿונעם פּלאַן. נתניהוס ציל איז געווען אָפּצושאַפֿן די באַרײַכערונג פֿון אוראַניום, און וועגן דעם האָבן די פֿאַרמיטלער טאַקע גערעדט.
די צעטומלונג האָט שוין גורם געווען אַ היפּשע ווערטער־אַקראָבאַטיק פֿון אַלע צדדים. אמת, דער באַגריף פֿון doublespeak (בכּיוונדיקע פֿילטײַטישיקע רייד) איז אַ באַקאַנטע זאַך אין דער וועלט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן, אָבער דער קאָנפֿליקט מיט איראַן איז פֿול מיט דעם.
נעמט, למשל, די רעדע פֿונעם עקסטרעמיסטישן העכסטן גײַסטיקן פֿירער אין איראַן, אַיאַטאָלאַ אַלי כאַמייני, וואָס האָט אין אַ רעדע דעם 23סטן יוני פּלוצלינג געשטעלט נײַע „רויטע ליניעס‟ און זיך געמאַכט ווי דאָס זענען תּמיד געווען איראַנס פּאָזיציעס. ער האָט פֿאַרווערט אינספּעקציעס פֿון די מיליטערישע ערטער; אָפּגעוואָרפֿן די באַגרענעצונגען פֿון נוקלעאַרע פֿאָרשונגען, און געהייסן אַנולירן אַלע סאַנקציעס, איידער איראַן וועט זיך רירן פֿון אָרט — אַלץ טערמינען, וואָס איראַן האָט שוין געהאַט אָנגענומען אין די פּרעלימינאַרע פֿאַרהאַנדלונגען דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער. הייסט דאָס, אַז כאַמייני האָט טאַקע אָפּגעוואָרפֿן דעם אָפּמאַך, פּונקט ווען די פֿאַרמיטלער זענען שוין אַזוי נאָענט צום אונטערשרײַבן אים? אָדער האָט ער בלויז „זיך געבלאָזן‟, כּדי צו באַרויִקן זײַנע האַרטליניקע קאָלעגעס? ווייסט עמעצער בכלל דעם ענטפֿער?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.