זעענדיק, ווי די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן נוקלעאַרער ענערגיע אין איראַן האָבן שוין פֿאַרפֿעלט נאָך אַ טערמין, הייבט זיך מיר אָן דאַכטן, אַז דער פּראָצעס איז נישט קיין דיפּלאָמאַטישע געניטונג, נאָר גיכער אַ שפּאַציר דורך אַ קאָרידאָר פֿון שפּיגלען.
די האַרטע קעפּ פֿון ביידע צדדים באַרעדן דעם צווייטן צד ווי אַ כאָפּטע ליגנער. טוען זיי עס כּדי צו באַווײַזן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען זענען נישט מער ווי אַ שווינדל? אָדער כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די האַנט פֿון די אייגענע פֿאַרמיטלער? דערווײַל שיטן די פֿאַרמיטלער פֿון ביידע צדדים מיט שיינע לאָזונגען, דערקלערנדיק, אַז דער אָפּמאַך וועט אָפּשאַפֿן די יאָרן פֿון חשד און דראָונגען. אין דער אמתן אָבער, קאָן דער צוקונפֿטדיקער אינספּעקציע־פּראָצעס אין איראַן, אויב עס וועט בכלל געלינגען, נאָך אַרויסרופֿן מער אַנגסטן פֿון פֿריִער.
דערבײַ וועט איראַן זיך ווײַטער באַרימען, אַז זי פֿירט אָן מיט דער שיִיִטישער איסלאַמיסטישער רעוואָלוציע. דאָס איז אָבער נישט געווען אַ טייל פֿונעם פּלאַן. נתניהוס ציל איז געווען אָפּצושאַפֿן די באַרײַכערונג פֿון אוראַניום, און וועגן דעם האָבן די פֿאַרמיטלער טאַקע גערעדט.
די צעטומלונג האָט שוין גורם געווען אַ היפּשע ווערטער־אַקראָבאַטיק פֿון אַלע צדדים. אמת, דער באַגריף פֿון doublespeak (בכּיוונדיקע פֿילטײַטישיקע רייד) איז אַ באַקאַנטע זאַך אין דער וועלט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן, אָבער דער קאָנפֿליקט מיט איראַן איז פֿול מיט דעם.
נעמט, למשל, די רעדע פֿונעם עקסטרעמיסטישן העכסטן גײַסטיקן פֿירער אין איראַן, אַיאַטאָלאַ אַלי כאַמייני, וואָס האָט אין אַ רעדע דעם 23סטן יוני פּלוצלינג געשטעלט נײַע „רויטע ליניעס‟ און זיך געמאַכט ווי דאָס זענען תּמיד געווען איראַנס פּאָזיציעס. ער האָט פֿאַרווערט אינספּעקציעס פֿון די מיליטערישע ערטער; אָפּגעוואָרפֿן די באַגרענעצונגען פֿון נוקלעאַרע פֿאָרשונגען, און געהייסן אַנולירן אַלע סאַנקציעס, איידער איראַן וועט זיך רירן פֿון אָרט — אַלץ טערמינען, וואָס איראַן האָט שוין געהאַט אָנגענומען אין די פּרעלימינאַרע פֿאַרהאַנדלונגען דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער. הייסט דאָס, אַז כאַמייני האָט טאַקע אָפּגעוואָרפֿן דעם אָפּמאַך, פּונקט ווען די פֿאַרמיטלער זענען שוין אַזוי נאָענט צום אונטערשרײַבן אים? אָדער האָט ער בלויז „זיך געבלאָזן‟, כּדי צו באַרויִקן זײַנע האַרטליניקע קאָלעגעס? ווייסט עמעצער בכלל דעם ענטפֿער?
זעט נאָר ווי די האַרטליניקע אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע קעגנער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען האָבן רעאַגירט אויף כאַמייניס רעדע. שוין יאָרן לאַנג, וואָס זיי טענהן, אַז מע קען נישט געטרויען איראַן, ווײַל דאָס ליגן־זאָגן איז אַ טייל פֿון אירע „גענען‟. איצט זאָגן זיי אָבער, אַז דעם 23סטן יוני האָט כאַמייני טאַקע געזאָגט דעם אמת. וואָס איז געשען? זאָל מען קיין מאָל נישט גלייבן איראַנס פֿירער? אַ מאָל יאָ גלייבן, און אַ מאָל — נישט? אָדער איז עס גיכער, אַז די מיאוסע דערקלערונגען מצד די „מולאַס‟ איז תּמיד אמת, און די מעסיקע רייד בײַ זיי איז תּמיד אַ ליגן? און אויב יאָ, ווי וועט מען וויסן, אויב זיי זענען שוין יאָ גרייט צו ווערן בייגעוודיק?
פֿון כאַמיינין וועלן מיר די ענטפֿערס נישט וויסן. מע זאָגט, אַז אין 2005 האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ „פֿאַטוואַ‟, פֿאַרווערנדיק נוקלעאַר געווער ווי אַנטי־איסלאַמיש. אָבער די כּסדרדיקע ליגנס מצד איראַן וועגן איר כּלומרשטיקער „ציווילער‟ נוקלעאַרער פּראָגראַם; איר אויסבאַהאַלטן ריזיקע אײַנריכטונגען וואָס קענען באַרײַכערן אוראַניום, און איר נישט אַרײַנלאָזן די „יו־ען‟־אינספּעקציעס — האָבן שוין אַרויסגערופֿן חשד אַפֿילו בײַ רוסלאַנד און כינע.
פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ צאָל הויכע באַאַמטע ישׂראלדיקע זיכערהייט־פֿיגורן, ווי דער געוועזענער „מוסד‟־דירעקטאָר מאיר דגן און דער געוועזענער „שין־בית‟־דירעקטאָר יובֿל דיסקין אויסגעדריקט אַ סך מער אָפּטימיזם וועגן איראַן ווי דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו אָדער דער געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מײַקל אורן. דער איצטיקער „מוסד‟־דירעקטאָר תּמיר פּרדו [פּאַרדאָ], למשל, האָט אין יולי 2014, בעת אַ פּריוואַטער באַגעגעניש, דערקלערט, אַז דער פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און ISIS באַטרעפֿן אַ גרעסערע סכּנה פֿאַר ישׂראל איידער איראַן.
וואָס זשע איז דער אויספֿיר? ס׳איז אמת, דער אָפּמאַך איז ווײַט פֿון אידעאַל. אָבער קיינער האָט זיך סײַ־ווי נישט געריכט אויף אַן אידעאַלן אָפּמאַך. נישט געקוקט אויף אַ ריי רעזאָלוציעס מצד דער „יו־ען‟ זיכערהייט־ראַט זינט 2006, וווּ מע האָט געפֿאָדערט בײַ איראַן אָפּצושטעלן איר באַרײַכערונג פֿון אוראַניום, האָט קיינער נישט געהאַט קיין אילוזיעס, אַז איראַן וועט טאַקע מסכּים זײַן. ס׳קאָן זײַן, אַז אַ מיליטערישע אַקציע האָט געקאָנט צעשטערן די נוקלעאַרע אײַנריכטונגען, און אַמעריקע איז זיכער גרייט דורכצופֿירן אַזאַ אַקציע. אָבער איראַן וואָלט סײַ־ווי געקאָנט עס איבערבויען במשך פֿון דרײַ יאָר. בלויז אַן אַמעריקאַנער אינוואַזיע און אָקופּאַציע וואָלט עס אָפּגעשטעלט, אָבער דער דורכפֿאַל אין איראַק האָט שוין גוט אָפּגעבריט די אַמעריקאַנער פֿון אַזוינע אַקציעס. און אויב ישׂראל וואָלט אַטאַקירט די אײַנריכטונגען, וואָלט עס דערבײַ בלויז געוווּנען איין יאָר.
פֿון דער צווייטער זײַט, וואָלט דער איצטיקער אָפּמאַך אונדז געגעבן צווישן 15 און 25 יאָר. נישט פּערפֿעקט, אָבער פֿאָרט בעסער ווי די אַנדערע ברירות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.