(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צו די אַנדערע נײַעס… דעם 30סטן יוני איז אין מאָסקווער פּאַרק „מוזעאָן‟ אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אָוונט אין אָנדענק פֿונעם באַרימטן רוסישן פּאָעט סאַמויִל מאַרשאַק. מאַרשאַק איז באַקאַנט אין רוסלאַנד, קודם־כּל, ווי אַ מחבר פֿון לידער פֿאַר קינדער און ווי אַן איבערזעצער פֿון דער ענגלישער פּאָעזיע (שייקספּיר, בערנס, קיפּלינג, בלייק און אַנדערע); אָבער ער איז אויך געווען אַ לירישער פּאָעט, אַן איבערזעצער פֿון ייִדישער פּאָעזיע, און אין די יונגע יאָרן — אַ ציוניסט. מע האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע אָריגינעלע לידער און פּאָעטישע איבערזעצונגען, דערציילט וועגן זײַן שאַפֿן און לעבן. דער אָוונט איז פֿאָרגעקומען מיט דער שטיצע פֿון דער רעגירונג פֿון וואָראָנעזשער געגנט, וווּ מאַרשאַק איז געבוירן געוואָרן, און דעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי איז ממשיך זײַן פּראָגראַם פֿון רעפֿעראַטן. מאָנטיק האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אַנאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ, קענער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. זי האָט גערעדט וועגן עמנואל לווינאַס, זײַן עטישער קאָנצעפּציע, זײַן אינטערפּרעטאַציע פֿון תּלמוד און זײַן באַציִונג צו דער אייראָפּעיִשער קולטור. אויף מיטוואָך דעם 1טן יולי איז פּלאַנירט וועלוול טשערנינס רעפֿעראַט, געווידמעט סובאָטניקעס — רוסישע פּויערים, וואָס האָבן זיך דערנענטערט צו יהדות, ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייערע גײַסטלעכע זוכענישן. אין רוסלאַנד לעבן זיי בײַם טײַך וואָלגאַ, אויף אוראַל און אויף קאַווקאַז. וועלוול טשערנין, פֿילאָלאָג און ייִדישער דיכטער, איז אויך אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ער האָט געקעמפֿט פֿאַר די רעכט, אַז די סובאָטניקעס זאָלן קאָנען עולה זײַן קיין ישׂראל. ער וועט דערציילן וועגן דער געשיכטע און דער איצטיקער לאַגע פֿון די סובאָטניקעס אין רוסלאַנד און אין ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.