(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קאַסעם האָט אונטערגעשטראָכן, אַ שטייגער, אַז רוסלאַנד און „כעזבאָלאַ‟ האָבן די זעלביקע מיינונג וועגן דעם מצבֿ אין סיריע; ביידע צדדים האַלטן, אַז באַשאַר אַסאַד מוז בלײַבן דער פֿירער פֿון סיריע. קאַסעם האָט צוגעגעבן, אַז זײַן גרופּירונג באַקומט דעם רוסישן כּלי־זיין צו פֿירן מיליטערישע אָפּעראַציעס אין סיריע. בעת־מעשׂה, האָט ער באַשולדיקט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם (כּלומרשט) אונטערהאַלטן די „איסלאַמישע מדינה‟, מיט וועלכער „כעזבאָלאַ‟ פֿירט אַ מלחמה.
קאַסעם האָט אויך גערעדט וועגן דער סכּנה, וואָס לויערט פֿאַר רוסלאַנד מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן: „די פֿאַראייניקטע שטאַטן צעשטעלט אירע ראַקעטעס אַרום רוסלאַנד. פֿריִער האָט זיך געמאַכט דער קריזיס מיט גרוזיע אין יאָר 2008, וואָס איז געווען אינספּירירט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׁראל. דערנאָך איז געקומען דער אוקראַיִנישער קריזיס, אין וועלכן מע זעט בולט די ראָלע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. רוסלאַנד וויל פֿירן אַן אומאָפּהענגיקע פּאָליטיק, בעת די פֿאַראייניקטע שטאַטן צווינגט אַרויף איר ווילן איבער דער גאָרער וועלט, אַפֿילו אויב מע דאַרף חרובֿ מאַכן רוסלאַנד צוליב דערגרייכן דעם דאָזיקן ציל.‟
כאַראַקטעריסטיש, אַז מער אָדער ווייניקער הערט מען די זעלבע ווערטער איצט די גאַנצע צײַט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע, און מע לייענט עס אין ס’רובֿ רוסישע צײַטונגען.
דער טעראָריסטישער פֿירער האָט זיך באַרימט, אַז זיי האָבן איצט גרעסערע מיליטערישע מעגלעכקייטן איידער בעת די פֿריִערדיקע קאָנפֿליקטן מיט ישׂראל. „מיר האָבן ראַקעטן, וועלכע קענען מיט אַ גרעסערער פּרעציזקייט טרעפֿן אין ציל. די ישׁראלים טענהן, אַז זייער סיסטעם פֿון פֿאַרטיידיקונג איז 100־פּראָצענט פֿאַרלאָזלעך. אָבער דער ‘אײַזערנער קופּאָל’ קען איבערכאַפּן נאָר אַ געוויסע צאָל ראַקעטן און נאָר, ווען זיי געפֿינען זיך אויף אַ געוויסער דיסטאַנץ. ווען די צאָל ראַקעטן איז גרויס, קען זי עס ניט טאָן. די ישׂראלים קענען ניט אויסניצן זייער נוקלעאַרן וואָפֿן, ווײַל די טעריטאָריע איז קליין, און עס וועט ברענגען שאָדן אויך אין ישׂראל.‟
אָט אַזאַ חבֿר האָט איצט רוסלאַנד. ס’איז דאָך באַוווּסט: זאָג מיר מיט וועמען דו חבֿרסט זיך, וועל איך גלײַך פֿאַרשטיין ווער דו ביסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.