ווען איך בין דירעקטאָר פֿון „יונעקסקאָ‟

If I Were the Director of Unesco


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published July 05, 2015, issue of July 24, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיר זאָלן בעסער פֿאַרשטײן, װאָס עס הײסט אַ שטאַרבנדיקע שפּראַך, איז כּדאַי צו ברענגען אַ קורצע רשימה פֿון די שפּראַכן, װעלכע (לױט דעם “Atlas of the World’s Languages in Danger — „אַטלאַס פֿון די שפּראַכן אין אַ געפֿאַר‟) װײסן ניט פֿון קײן שום סכּנה נעלם צו װערן: ענגליש, אַראַביש, דײַטש, רוסיש, שפּאַניש, פֿראַנצײזיש. מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער חכם צו באַמערקן, אַז די אַזױ גערופֿענע פֿעסט באַשיצטע שפּראַכן געהערן צו די פֿעלקער, װעלכע האָבן אין משך פֿון די לעצטע פֿינף הונדערט יאָר געפֿירט אַ פֿאַרכאַפּערישע עקספּאַנסיע־פּראַקטיק אין באַציִונג צו אַנדערע פֿעלקער.

ס׳איז נאָך אַ פֿראַגע צי דאָס איז אַ גרױסע מעלה, אַז די אָרטגעבירטיקע פֿעלקער פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד קענען ניט זײערע אײגענע שפּראַכן; אַז די בערבערן פֿון צפֿון־אַפֿריקע זענען געצװוּנגען רעדן אַראַביש און ביזן הײַנטיקן טאָג האָבן ניט קײן אײגענעם אַלף־בית… דאָס פֿרעמדע, אומנאַטירלעכע שטײגער־לעבן און מינהגים האָבן געשטעלט ס’רובֿ אָרטגעבירטיקע פֿעלקער פֿון בײדע אַמעריקעס, אַפֿריקע, אױסטראַליע און אַזיע אױפֿן ראַנד פֿון פֿאַרלירן זײער נאַציאָנאַלע אידענטיטעט.

מיט ייִדיש זעט אױס דער ענין אין גאַנצן אַנדערש. ראשית, די לעצטע צװײ טױזנט יאָר האָבן די ייִדן ניט געהאַט קײן אײגן לאַנד און ייִדיש איז געװאָרן אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון אײראָפּעיִשן ייִדנטום מיט גוטע אַכט־נײַן הונדערט יאָר פֿריִער, אײדער דאָס האָט פּראָקלאַמירט די טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ. עס איז שװער צו זאָגן, צי די ייִדישע שפּראַך האָט גורם געװען די אוניקאַלע סאָציאַלע סיסטעם פֿון ייִדישן שטעטל, צי אפֿשר דאָס „שטעטל‟ אַלײן האָט גורם געװען די גאַלאָפּירנדיקע אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און װיסנשאַפֿט; אָבער, אַזױ מײן איך, קײנער װעט זיך מיט מיר ניט װעטן, אַז דער אַנטװיקלונג־שפּיץ אין אַלע געביטן פֿונעם ייִדישן גײַסטיקן לעבן קומט דירעקט אָן אין אָנהײב פֿון די 1930ער יאָרן. עס איז ניט געװען קײן אײן אָביעקטיװע סיבה און קײן אײן בולטער באַװײַז, אַז ייִדיש גײט אונטער.

ייִדיש און דאָס ייִדישלאַנד האָט מען אומגעבראַכט, סײַ פֿיזיש און סײַ מאָראַליש, סײַ די מענטשן און סײַ דאָס שטעטל. אין דעם זײַנען שולדיק און פֿאַראַנטװאָרטלעך אַלע אײראָפּעיִשע לענדער, אָן אַן אױסנאַם. און פּונקט אַזױ, װי אַלע נײַע רעגירונגען ירשענען פֿון די פֿריִערדיקע הערשער ניט בלויז די מאַכט, נאָר אױך די חובֿות, װאָלט געװען גאַנץ לאָגיש צו פֿאָדערן בײַ דער „יונעסקאָ‟, אַם װײניקסטן, צו שטעלן בראָש די אָפֿיציעלע אַמטן, װעלכע האַלטן אונטער די ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס, כאָטש אײן מומחה, װעלכער װײסט און פֿאַרשטײט, װאָס מען דאַרף טאָן, כּדי ניט אָנװערן די רעשטלעך פֿון דער גרױסער ייִדישער קולטור, װעלכע זײַנען נאָך געבליבן.