וואַשינגטאָן. — זינט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט האָט פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק געפּסקנט, אַז די אײַנוווינער פֿון אַלע 50 שטאַטן האָבן אַ רעכט חתונה צו האָבן מיט מענטשן פֿונעם זעלבן מין, האָבן אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּעס אויסגעדריקט זאָרג וועגן די קאָנסעקווענצן דערפֿון.
די גרופּעס דערמאָנען אַ שמועס דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל צווישן דאָנאַלד ווערילי, דער פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־פּראָקוראָר בײַ דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, און דעם ריכטער סעמיועל אַליטאָ פֿונעם העכסטן געריכט. אַליטאָ האָט געהאַט געפֿרעגט ווערילי, אויב דאָס געריכט וועט פּסקענען, אַז האָמאָסעקסועלע חתונות זענען דערלויבט אין גאַנצן לאַנד, צי וועט אַ שול קאָנען פֿאַרלירן די מעגלעכקייט צו זײַן באַפֿרײַט פֿון שטײַערן, אויב זי איז געשטימט קעגן זעלבמיניקע חתונות? וועריליס ענטפֿער: „איך קען נישט ענטפֿערן אויף דער שאלה, ביז איך הער נישט די פּרטים פֿון יעדן פֿאַל באַזונדער, אָבער זיכער וועט עס זײַן אַן ענין.‟
ווי אַ פּועל־יוצא פֿון וועריליס באַמערקונג, האָבן די אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּעס אָנגעהויבן שטעלן אַנדערע שאלות: צי וועלן די ייִדישע שולן פֿאַרלירן זייער שטײַער־באַפֿרײַונג, אויב זיי אָנערקענען נישט זעלבמיניקע פּאָרפֿעלקער? וועלן זיי אויסגעשלאָסן ווערן פֿון די רעגירונג־סובסידיעס? וועט מען זיי קענען אָנקלאָגן אין געריכט, אויב זיי גיבן איבער אין קלאַס דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן צוגאַנג צו האָמאָסעקסואַליזם?
אַבא כּהן, וואָס פֿירט אָן מיטן וואַשינגטאָנער ביוראָ פֿון „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע‟, האָט באַצייכנט דעם פּסק פֿונעם העכסטן געריכט ווי אַ שלעכטער סימן. „ווען אַ געוויסער רעליגיעזער קוקווינקל ווערט פֿאַרדאַמט און אַראָפּגעריסן אין די אויגן פֿון דער געזעלשאַפֿט, איז שווער צו וויסן, ווי ווײַט דאָס וועט דערגיין,‟ האָט כּהן געוואָרנט.
ס׳רובֿ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין לאַנד האָבן זיך געפֿרייט מיטן פּסק פֿונעם העכסטן געריכט, אָבער „אַגודת־ישׂראל‟, דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ און דער „אַמעריקאַנער רבנים ראַט‟ (RCA) זאָרגן זיך, אַז דער באַשלוס וועט במילא שטערן זייער רעליגיעזע פֿרײַהייט.
מאַרק סטערן, דער לעגאַלער עצה־געבער פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, וועלכער האָט אַרײַנגעגעבן אַ יורידישן בריוו, שטיצנדיק זעלבמיניקע חתונות, האָט געזאָגט, אַז פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג וועלן מסתּמא נישט זײַן קיין קאָנסעקווענצן, אָבער אין די באַזונדערע שטאַט־ און שטאָט־רעגירונגען — מסתּמא יאָ, בפֿרט אין די ראַיאָנען, וווּ די „גייס‟ באַטרעפֿן אַ פּאָליטיש שטאַרקן כּוח.
„וועט אַ שטאַט־ אָדער שטאָט־באַאַמטער פּרוּוון צונעמען דעם שטײַער־באַפֿרײַונג סטאַטוס בײַ אַזאַ אינסטיטוציע? אין סאַן־פֿראַנציסקאָ און אין ניו־יאָרק, איז מעגלעך, אַז יאָ,‟ האָט סטערן באַמערקט.
נתן דיאַמענט, דער וואַשינגטאָנער דירעקטאָר פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ (O-U), האָט אַרויסגעהויבן אַ צווייטע סכּנה: אַז די אָרגאַניזאַציעס, וואָס נעמען נישט אָן די זעלבמיניקע חתונות, וועלן אפֿשר פֿאַרלירן דעם רשות צו קריגן סובסידיעס פֿון דער רעגירונג. מיט אַרום צען יאָר צוריק האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דזשאָרדזש דאָבליו בוש, למשל, פֿאָרגעלייגט, אַז די נאַרקאָטיק־רעהאַביליטיר־צענטערס, וואָס ווערן אָנגעפֿירט פֿון עוואַנגעלישע גרופּעס, זאָלן אויך זײַן ראָוי צו באַקומען פֿאָנדן פֿון דער רעגירונג, ווײַל זיי זענען אין אַ גוטער פּאָזיציע צו העלפֿן די נאַרקאָמאַנען. זײַן פֿאָרלייג האָט אָבער אַרויסגערופֿן קריטיק, אַז אַזאַ שריט וואָלט עובֿר געווען אויף דער צעטיילונג פֿון מלוכה און רעליגיע.
„פּונקט אַזוי, איז מעגלעך, אַז די רעליגיעזע ייִדישע אינסטיטוציעס וועלן איצט מוזן אָנערקענען זעלבמיניקע חתונות, אויב זיי ווילן זיך באַטייליקן אין פּראָגראַמען, פֿינאַנצירט דורך דער רעגירונג,‟ האָט דיאַמענט באַטאָנט.
כּהן האָט אויך געפֿרעגט, צי וועט מען פֿאַרווערן די ייִדישע אַדאָפּטיר־אַגענטורן צו מאַכן דעם תּנאי, אַז די קינדער מעגן בלויז אַדאָפּטירט ווערן דורך העטעראָסעקסועלע פּאָרלעך, אָדער צי די רעליגיעזע טאָגשולן, וואָס וואַרפֿן אָפּ דעם האָמאָסעקסואַליזם, קאָנען אָנגעקלאָגט ווערן אין געריכט.
„אויב מע לערנט די קינדער וואָס די תּורה זאָגט וועגן האָמאָסעקסואַליטעט, און מע לאָזט אַרײַן קינדער פֿון אַלע מינים ייִדישע משפּחות, וועט מען זאָגן, אַז דאָס איז אַ ׳פֿײַנטלעכע אַטמאָספֿער׳?‟ האָט כּהן געפֿרעגט, אין שײַכות מיט געוויסע תּלמידים וואָס האָבן זעלבמיניקע עלטערן, אָדער וואָס זעען אײַן בײַם עלטער ווערן, אַז זיי זענען אַליין האָמאָסעקסואַליסטן.
ראַבינער יונה פּעסנער, דער דירעקטאָר פֿונעם „רעליגיעזן אַקציע־צענטער‟ בײַ דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, האַלט אָבער, אַז מע זאָרגט זיך אומזיסט. „מיר וועלן ווײַטער זיך באַמיִען צו שאַפֿן אַ געזונטן באַלאַנס צו רעספּעקטירן סײַ די טראַדיציעס און ווערטן פֿון די רעליגיעזע אינסטיטוציעס, סײַ די באַדערפֿענישן פֿון אַלע מענטשן,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.