(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 1917 ווערט געבוירן בײַ ישׂראל און איזאַ זייער טאָכטער טוסיע. די רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט זיי ביידע גיך אַנטוישט. אין 1919, בעת איזאַ קרעמער איז געווען אויף די גאַסטראָלן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, טערקײַ, ווערט אַרעסטירט ישׂראל חפֿץ. זייער האָב־און־גוטס האָט די נײַע מאַכט קאָנפֿיסקירט. מיט גרויסע שוועריקייטן גיט זיך איר אײַן אַרויסצושלעפּן פֿון דער באָלשעוויסטישער אָדעס, קודם, די טאָכטער, און דערנאָך אויך דעם מאַן. זיי פֿאָרן אַריבער קיין פּאַריז. דאָס לעבן אין דער פֿרעמד ווי אימיגראַנטן, ווערט אַ שווערער אויספּרוּוו פֿאַר זיי ביידע. אין גיכן צעפֿאַלט זיך די משפּחה, און אין 1922 פֿאָרט איזאַ קרעמער מיט קאָנצערטן קיין וואַרשע.
לויטן אָפּמאַך דאַרף זי געבן דרײַ קאָנצערטן אין דער וואַרשעווער פֿילהאַרמאָניע, אויפֿגעבויט אויף ייִדישע געלטער און געשענקט דער שטאָט. שוין זײַענדיק אין וואַרשע, דערוויסט זי זיך, אַז זי טאָר נישט זינגען קיין איין ייִדיש ליד. אויפֿגעבראַכט פֿון דעם אַנטיסעמיטישן תּנאַי, איז די זינגערין שוין גרייט געווען זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם קאָנטראַקט. דער אימפּרעסאַר איבערצײַגט זי אָבער עס נישט צו טאָן. דאָס ייִדישע פּובליקום, געקומען צו הערן די באַרימטע זינגערין, קאָן נישט פֿאַרשטיין, וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. בעתן לעצטן קאָנצערט, רײַסט זיך איינער אַ ייִד דורך אויף דער בינע און פֿרעגט זי קלאָרע דיבורים, הלמאי זי, אַ ייִדישע טאָכטער, שעמט זיך צו זינגען לידער פֿון איר פֿאָלק? איזאַ מוז אַנטפּלעקן דעם „גרויסן סוד‟.
דער עולם בעט זי אויפֿצוטרעטן מיט אַ באַזונדערער ייִדישער פּראָגראַם. קרעמער איז מסכּים, אָבער… ערבֿ דעם קאָנצערט נעמט זיך בײַ דער פֿילהאַרמאָניע צונויף אַ ווילדע מחנה אַנטיסעמיטן, וואָס פּראָוואָצירט אַ געשלעג, אין וועלכן עס ווערן פֿאַרוווּנדעט עטלעכע ייִדן. איזאַ קרעמער איז באַצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן די שטאָט. נאָך מער, זי פֿאָרט אַוועק פֿון אייראָפּע, און קומט מיט דער טאָכטער קיין אַמעריקע. זי פֿאָרט אַרום מיט קאָנצערטן, שפּילט אין וואָדעווילן, פּרוּווט אויס אירע שאַפֿערישע כּוחות אין קינאָ.
אין 1930 שאַפֿן דזשייקאָב דזשייקאָבס און אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי די אָפּערעטע „מירעלע פֿון בעלץ‟, וווּ די הויפּט־ראָלע שפּילט איזאַ קרעמער. פֿון דער דאָזיקער אָפּערעטע קומט טאַקע אַרויס דאָס לירישע ליד „מײַן שטעטעלע בעלץ‟, וואָס ווערט געזונגען ביזן הײַנטיקן טאָג.
בשעת די גאַסטראָלן אין אַרגענטינע, גייט די זינגערין זיך צונויף מיטן באַקאַנטן פּסיכיאַטער גרעגאָריאָ בערמאַן, איר לעצטע גרויסע ליבע. זי איז גליקלעך און די ציכטיקע שײַן פֿון איר אַרטיסטישן שטערן פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַ סך לענדער. דאָס פֿאָלק דערקענט באַלד איר שטים. אין 1946 קומט זי מיט קאָנצערטן אין ייִדישן ייִשובֿ פֿון פּאַלעסטינע. זי זינגט ייִדישע לידער, אָבער צום ערשטן מאָל, נאָך וואַרשע, טרעפֿט זי זיך אָן אויף אַ וואַנט פֿון קעגנערשאַפֿט. מע פֿאָדערט פֿון איר צו זינגער „רק עבֿרית‟! אין אַן אינטערוויו דערקלערט איזאַ קרעמער: „איך האָב געזונגען אויף ייִדיש אין דעם נאַצישן דײַטשלאַנד, און וועל, אַוודאי, זינגער אויף ייִדיש דאָ, אין ארץ־ישׂראל‟.
נישט איין קאָנצערט האָט איזאַ קרעמער שפּעטער געגעבן לטובֿת די חורבן־געליטענע און מדינת־ישׂראל. אין 1956 האָבן די דאָקטוירים דיאַגנאָסטירט בײַ איר אַ מאָגן־ראַק. די קרענק איז שוין געווען צו פֿאַרלאָזט, מע זאָל קאָנען נאָך עפּעס טאָן. איזאַ קרעמער איז געשטאָרבן אינעם זעלבן יאָר, דעם 7טן יולי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.