אַטען, גריכנלאַנד. — בײַם אָנהייב פֿון יעדן חודש, קומען 55 אָרעמע ייִדישע משפּחות אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין אַטען, כּדי אָפּצונעמען אַן אויסצאָלונג אין מזומן לטובֿת סאָציאַלער הילף. אָבער ווען זיי זענען די וואָך געקומען נאָך זייער יולי־בענעפֿיט, האָט מען זיי געגעבן בלויז אַ טייל פֿונעם מזומן, און דאָס איבעריקע — אין שפּײַזקופּאָנען.
„מיר האָבן פּשוט נישט קיין מזומן און מיר קענען נישט קריגן נאָך, ווײַל די בענק זענען פֿאַרמאַכט,‟ האָט דערקלערט טלי מאיר, די דירעקטאָרין פֿון דער וווילפֿאַרזאָרג־פּראָגראַם. „מיר האָפֿן, אַז מיר וועלן זיי קענען געבן דאָס איבעריקע שפּעטער.‟
בעת גריכנלאַנד שטייט אויפֿן שוועל פֿון באַנקראָט, זענען אַלע בענק געשלאָסן, און מענטשן קענען בלויז אַרויסנעמען 60 אייראָס (בערך $66) אַ טאָג פֿון די קאַסע־מאַשינען. אַ סך בירגער האָבן אָנגעזאַמלט אַ גרויסע צאָל פּראָדוקטן ווי פֿלעשער וואַסער, לאָקשן, לינדזן און עופֿעלע־פֿאָרמל.
די אָרטיקע קהילה פֿון בערך 5,000 ייִדן ראַנגלט זיך דערווײַל מיט צוויי ענינים: ווי אַזוי צו באַזאָרגן די נויט־באַדערפֿטיקע ייִדן מיט נייטיקע פֿאָנדן, און ווי צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע אינסטיטוציעס זאָלן ווײַטער קענען דורכפֿירן זייער אַרבעט.
צווישן די צום מערסטן געליטענע זענען די אָרעמע און עלטערע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די לעבן געבליבענע פֿון חורבן. אַ סך פֿון זיי האָבן נישט קיין באַנק־קאַרטלעך; קענען זיי נישט צוקומען צו זייערע פּענסיעס אָדער צו די אויסצאָלונגען, פֿאַרבונדן מיט דער חורבן־פֿאַרגיטיקונג.
די רעגירונג טענהט, אַז דער אָקערשטיקער רעפֿערענדום, אין וועלכן די גריכן האָבן מיט אַ גרויסער מאַיאָריטעט אָפּגעוואָרפֿן די תּנאים פֿון זייערע אייראָפּעיִשע קרעדיטאָרן, האָט געשטעלט גריכנלאַנד אין אַ בעסערער פּאָזיציע צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך. אַ סך אָבסערוואַטאָרן האַלטן אָבער, אַז גריכנלאַנד וועט איצט אפֿשר פֿאַרטריבן ווערן פֿון דער „אייראָזאָנע‟ — דער פֿאַרבאַנד פֿון לענדער, וואָס האָבן אַדאָפּטירט די אייראָ ווי אַ בשותּפֿותדיקע וואַלוטע. דער פֿינאַנץ־מיניסטער האָט מאָנטיק רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט.
ביז איצט האָט די ייִדישע קהילה געפּריידיקט, אַז מע זאָל בלײַבן אין דער אייראָזאָנע, אָבער דאָס מאָל האָט זי נישט אָנגענומען קיין אָפֿיציעלע מיינונג פֿאַרן רעפֿערענדום, זאָגנדיק די מיטגלידער, אַז זיי זאָלן באַשליסן פֿאַר זיך אַליין.
בײַ די אָרטיקע ייִדן איז דער פֿינאַנציעלער קריזיס בלויז די לעצטע פֿון אַ ריי אַנטוישונגען אינעם עלטסטן ייִדישן ייִשובֿ אין אייראָפּע, וואָס נעמט הײַנט אַרײַן בלויז עטלעכע טויזנטע נפֿשות.
די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד אינעם יאָר 300 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, און דאָרט קען מען נאָך זען די חורבֿות פֿון דער עלטסטער שיל מחוץ ישׂראל. אינעם 15טן יאָרהונדערט האָבן אַ צאָל פּליטים פֿון גלות־שפּאַניע זיך דאָרט באַזעצט. ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין גריכנלאַנד געוווינט 78,000 ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי — אין דער האַוון־שטאָט טעסאַלאָניקי. אַ סך זענען אומגעקומען אינעם חורבן.
צוליב די פֿינאַנציעלע שוועריקייטן, האָבן אַ סך ייִנגערע גריכישע ייִדן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, און אַוועק שטודירן אָדער זוכן אַרבעט אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרבליבענע ייִדן וווינען הײַנט אין אַטען, און אַ סך פֿון זיי זענען אַלטע לײַט.
דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט אויך אַרויסגערופֿן אַן אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם. אין 2012 איז די נעאָ־נאַציסטישע פּאַרטיי „גאָלדענער באַגינען‟ געוואָרן די דריט־גרעסטע אין גריכנלאַנד. לויט אַן אַנקעטע פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, דריקן די גריכן אויס מער אַנטיסעמיטיזם ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער אין אייראָפּע. 85% פֿון די גריכן גלייבן אין די אַלטע ייִדישע סטערעאָטיפּן ווי, למשל, אַז די ייִדן האָבן צו פֿיל השפּעה אויף דער וועלט־עקאָנאָמיע.
די „צענטראַלע פֿאַרוואַלטונג פֿון ייִדישע קהילות אין גריכנלאַנד‟ האָט צוגעזאָגט די אָרטיקע ייִדן, אַז „קיין ייִד וועט נישט בלײַבן אָן אַ מאָלצײַט אָדער אָן הילף פֿאַר זייערע באַדערפֿענישן,‟ ווי עס האָט דערקלערט וויקטאָר אליעזר, אַן אָרטיקער כּלל־טוער. אַחוץ די שפּײַזקופּאָנען וואָס די אָרעמע ייִדן באַקומען, אַרבעטן די קהילה־פֿירער צוזאַמען מיט דער אַפּטייק, צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדן זאָלן האָבן צוטריט צו נייטיקע מעדיקאַמענטן, האָט מאיר באַטאָנט.
נישט געקוקט אויף די זאָרגן, האָט דער ייִדישער זומער־לאַגער מאָנטיק אָנגעהויבן דעם נײַעם סעזאָן. „מיר דאַרפֿן נאָך אויספּלאָנטערן ווי אַזוי מיר וועלן אָרגאַניזירן אונדזערע אַקטיוויטעטן, צושטעלן עסן, פֿאָר־מיטלען און זיכערהייט פֿאַר אַלע קינדער,‟ האָט מאיר געזאָגט. „די עלטערן האָבן מורא, ווען דער מצבֿ איז אַזוי אומסטאַביל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.