אַטען, גריכנלאַנד. — בײַם אָנהייב פֿון יעדן חודש, קומען 55 אָרעמע ייִדישע משפּחות אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין אַטען, כּדי אָפּצונעמען אַן אויסצאָלונג אין מזומן לטובֿת סאָציאַלער הילף. אָבער ווען זיי זענען די וואָך געקומען נאָך זייער יולי־בענעפֿיט, האָט מען זיי געגעבן בלויז אַ טייל פֿונעם מזומן, און דאָס איבעריקע — אין שפּײַזקופּאָנען.
„מיר האָבן פּשוט נישט קיין מזומן און מיר קענען נישט קריגן נאָך, ווײַל די בענק זענען פֿאַרמאַכט,‟ האָט דערקלערט טלי מאיר, די דירעקטאָרין פֿון דער וווילפֿאַרזאָרג־פּראָגראַם. „מיר האָפֿן, אַז מיר וועלן זיי קענען געבן דאָס איבעריקע שפּעטער.‟
בעת גריכנלאַנד שטייט אויפֿן שוועל פֿון באַנקראָט, זענען אַלע בענק געשלאָסן, און מענטשן קענען בלויז אַרויסנעמען 60 אייראָס (בערך $66) אַ טאָג פֿון די קאַסע־מאַשינען. אַ סך בירגער האָבן אָנגעזאַמלט אַ גרויסע צאָל פּראָדוקטן ווי פֿלעשער וואַסער, לאָקשן, לינדזן און עופֿעלע־פֿאָרמל.
די אָרטיקע קהילה פֿון בערך 5,000 ייִדן ראַנגלט זיך דערווײַל מיט צוויי ענינים: ווי אַזוי צו באַזאָרגן די נויט־באַדערפֿטיקע ייִדן מיט נייטיקע פֿאָנדן, און ווי צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע אינסטיטוציעס זאָלן ווײַטער קענען דורכפֿירן זייער אַרבעט.
צווישן די צום מערסטן געליטענע זענען די אָרעמע און עלטערע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די לעבן געבליבענע פֿון חורבן. אַ סך פֿון זיי האָבן נישט קיין באַנק־קאַרטלעך; קענען זיי נישט צוקומען צו זייערע פּענסיעס אָדער צו די אויסצאָלונגען, פֿאַרבונדן מיט דער חורבן־פֿאַרגיטיקונג.
די רעגירונג טענהט, אַז דער אָקערשטיקער רעפֿערענדום, אין וועלכן די גריכן האָבן מיט אַ גרויסער מאַיאָריטעט אָפּגעוואָרפֿן די תּנאים פֿון זייערע אייראָפּעיִשע קרעדיטאָרן, האָט געשטעלט גריכנלאַנד אין אַ בעסערער פּאָזיציע צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך. אַ סך אָבסערוואַטאָרן האַלטן אָבער, אַז גריכנלאַנד וועט איצט אפֿשר פֿאַרטריבן ווערן פֿון דער „אייראָזאָנע‟ — דער פֿאַרבאַנד פֿון לענדער, וואָס האָבן אַדאָפּטירט די אייראָ ווי אַ בשותּפֿותדיקע וואַלוטע. דער פֿינאַנץ־מיניסטער האָט מאָנטיק רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.