אַ ייִדישע טאָכטער זאָל ניט וויסן פֿון אַזעלכע גוייִשע דרכים!
ווען פֿרומע עלטערן, וואָס ווילן אָפּשרעקן זייערע קינדער פֿון דער גוייִשער וועלט, וואָלטן געהאַט שׂכל, וואָלטן זיי געבראַכט די קינדער זען דעם נײַעם פֿילם „איימי‟, וועגן דער פֿאַרשטאָרבענער זינגערין איימי ווײַנהאַוס. ווײַנהאַוס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער שטוב אין צפֿון־לאָנדאָן, און זי איז יונגערהייט געוואָרן איינע פֿון די באַקאַנטסטע מוזיק־שטערן איבער דער גאָרער וועלט. איר אַלבאָם „צוריק צו שוואַרץ‟ (Back to Black), וואָס זי האָט רעקאָרדירט אין עלטער פֿון 22 יאָר, האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין איבער צוואַנציק מיליאָן עקזעמפּלאַרן איבער דער וועלט, און איז אין ענגלאַנד געוואָרן דער סאַמע פּאָפּולערסטער אַלבאָם פֿונעם 21סטן י”ה. אָבער זייער גיך איז ווײַנהאַוס אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ תּהום פֿון אַלקאָהאָליזם און נאַרקאָמאַניע, און אין 2011 איז זי פּלוצעם געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 27 יאָר.
דער פֿילם „איימי‟ איז אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, צונויפֿגעשטעלט פֿון ווידעאָ־אויסצוגן פֿון ווײַנהאַוסעס אמתן לעבן און פֿון הונדערטער אינטערוויוען מיט קרובֿים און פֿרײַנד. אַזוי ווי אַלע יונגע־לײַט פֿון איר דור, האָט זי פֿילמירט אַלצדינג מיט איר טעלעפֿאָן, און עס זײַנען פֿאַרבליבן צענדליקער שעהען פֿון ווידעאָס מיט איר, געמאַכט אין דער היים, אויף דער גאַס, הינטער די קוליסן. ווײַל דער פּאָרטרעט איז אַזוי אינטים, און מיר באַגלייטן ווײַנהאַוס פֿון די קינדער־יאָרן ביז איר טרויעריקן סוף, באַקומען מיר אַ ספּעציעל געפֿיל פֿון נאָענטקייט צו איר. דעריבער איז נאָך שטאַרקער אונדזער ווייטיק אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון אַ יונגער פֿרוי, וואָס האָט געהאַט אַזאַ ריזיקן דערפֿאָלג, מיט אַזאַ ליכטיקער פּערזענלעכקייט, וואָס בײַם אָנהייב פֿילם איז זי נאָך געווען אַן אומשולדיק מיידעלע. מענטשן גייען אַרויס פֿון קינאָ מיט טרערן אין די אויגן.
דער פֿילם דערציילט ניט סתּם וועגן אַ פּערזענלעכער טראַגעדיע; ער ווײַזט אונדז, אַז מיר אַלע זײַנען אויך שולדיק אין ווײַנהאַוסעס פֿריצײַטיקן טויט. מיר זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט אַזעלכע שטערן און ווילן וויסן אַלצדינג וואָס ס׳טוט זיך אונטער דער קאָלדרע, אַז מיר לאָזן זיי ניט לעבן, מיר דערגייען זיי די יאָרן מיט ביליקע פֿאָטאָגראַפֿן („פּאַפּאַראַצי‟) און זשורנאַליסטן, וואָס גייען זיי נאָך אויף יעדן שריט און טריט. ווען ווײַנהאַוס וואָלט ניט געלעבט אונטערן מיקראָסקאָפּ פֿון דער פּרעסע און אונטערן שטאַרקן ליכט פֿון דער מעדיאַ, וואָס האָט איר פֿאַרבלענדט די אויגן, וואָלט זי אפֿשר הײַנט נאָך געלעבט.
דער פֿילם ווײַזט אויך, ווי אַזוי טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ חלק אין דער טאָכטערס אומגליק. מיידלווײַז האָט ווײַנהאַוס שוין אַרויסגעוויזן סימנים פֿון אַ קראַנקער פּערזענלעכקייט, למשל, פֿון בולימיע (וואָס דאָס האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין איר טויט) — אָבער טאַטע־מאַמע האָבן גאָרניט געטאָן. ווען זי האָט אָנגעהויבן לײַדן פֿון אַלקאָהאָליזם און אירע פֿרײַנד האָבן איר געעצהט צו גיין אין „רעהאַביליטאַציע‟ (Rehab), האָט דער טאַטע איר געזאָגט, אַז זי דאַרף עס ניט. (וועגן דעם האָט זי אַפֿילו אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס הייסט Rehab.)
שפּעטער, ווען זי איז שוין געוואָרן אַ גרויסער שטערן און עס זײַנען צוגעקומען נאָך פֿאַרשיידענע נאַרקאָטיקן, איז איר געוואָרן אַ סך שווערער זיך צו באַפֿרײַען פֿון די אַדיקציעס.
פֿון דעסטוועגן, איז קלאָר פֿונעם פֿילם, וווּ עס ליגט די הויפּט־שולד אין ווײַנהאַוסעס אומגליק: אין איימי ווײַנהאַוס אַליין. פֿונעם אָנהייב פֿון איר קאַריערע זעען מיר, אַז זי איז ווי אַ באַן, וואָס גייט אַראָפּ פֿון די רעלסן. זי רעדט אָפֿן וועגן דעם, וויפֿל טעג זי האָט געפּטרט שיכּורערהייט, אַז מע האָט זי געדאַרפֿט פֿון שענק אַהיימפֿירן אין אַ טאַטשקע. אין אַ געוויסער מאָס האָט זי שטאָלצירט מיט אירע פּראָבלעמען, זי האָט געזונגען וועגן זיי, און אַ טייל פֿון איר הצלחה האָט זיך אויך גענומען פֿון זיי. יעדער וואָס הייבט אָן צו רייכערן „קרעק‟ דאַרף וויסן, אַז די מעשׂה וועט זיך ניט ענדיקן פֿריילעך.
אָבער פֿאָרט האָבן די מענטשן אַרום ווײַנהאַוס, אירע פֿרײַנד און משפּחה, געהאַט אַן אַחריות איר צו העלפֿן, אַפֿילו קעגן איר ווילן, אַפֿילו מיט אַ שטאַרקער האַנט. אַ גאַנץ לעבן האָט איר אויסגעפֿעלט דיסציפּלין, ווײַל די מאַמע איז געווען אַ שוואַכע, און דער טאַטע איז כּמעט ווי ניט געווען, אַפֿילו אין די ערשטע יאָרן, ווען ער האָט נאָך געוווינט מיט זיי. די וועלט טאָר ניט דערלאָזן, אַז אַ יונגער מענטש מיט אַזאַ גאָט־געבענטשטן טאַלאַנט זאָל אונטערגיין דערפֿאַר, ווײַל קיינער וויל זיך ניט אַרײַנמישן.
צום סוף, וועגן ווײַנהאַוסעס ייִדישקייט. ס׳איז טשיקאַווע צו זען בײַ איר לוויה ווי דער טאַטע, דער טויגענישט, און אויך אַנדערע מענער גייען אָנגעטאָן אין יאַרמולקעס — ייִדן בני־תּורה! מע פֿרעגט זיך, צי די חבֿרה־קדישא האָט אויך צוגעדעקט אירע טאַטוס און זי אײַנגעהילט אין תּכריכים. עטלעכע מאָל אינעם פֿילם דערמאָנט ווײַנהאַוס אַגבֿ־אורחא איר ייִדישקייט — מיט שטאָלץ. זי האָט קענטיק געפֿילט, און הנאה געהאַט פֿונעם איראָנישן קאָנטראַסט צווישן איר גרויסער פּערזענלעכקייט און דער סטערעאָטיפּישער „ייִדישער טאָכטער‟. נאָר אַזעלכע ייִדישע טעכטער ווי זי דאַרפֿן מיר אויך, און הלוואַי זאָלן מיר זיי בעסער באַהאַנדלען ווי מיר האָבן געטאָן מיט איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.