איימי

Amy

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

אַן אימפּראָוויזירטער מאָנומענט, וואָס מע האָט געמאַכט אין 2011 נאָך דער פּטירה פֿון אַיימי ווײַנהאוס
Getty Images
אַן אימפּראָוויזירטער מאָנומענט, וואָס מע האָט געמאַכט אין 2011 נאָך דער פּטירה פֿון אַיימי ווײַנהאוס

אַ ייִדישע טאָכטער זאָל ניט וויסן פֿון אַזעלכע גוייִשע דרכים!

ווען פֿרומע עלטערן, וואָס ווילן אָפּשרעקן זייערע קינדער פֿון דער גוייִשער וועלט, וואָלטן געהאַט שׂכל, וואָלטן זיי געבראַכט די קינדער זען דעם נײַעם פֿילם „איימי‟, וועגן דער פֿאַרשטאָרבענער זינגערין איימי ווײַנהאַוס. ווײַנהאַוס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער שטוב אין צפֿון־לאָנדאָן, און זי איז יונגערהייט געוואָרן איינע פֿון די באַקאַנטסטע מוזיק־שטערן איבער דער גאָרער וועלט. איר אַלבאָם „צוריק צו שוואַרץ‟ (Back to Black), וואָס זי האָט רעקאָרדירט אין עלטער פֿון 22 יאָר, האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין איבער צוואַנציק מיליאָן עקזעמפּלאַרן איבער דער וועלט, און איז אין ענגלאַנד געוואָרן דער סאַמע פּאָפּולערסטער אַלבאָם פֿונעם 21סטן י”ה. אָבער זייער גיך איז ווײַנהאַוס אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ תּהום פֿון אַלקאָהאָליזם און נאַרקאָמאַניע, און אין 2011 איז זי פּלוצעם געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 27 יאָר.

דער פֿילם „איימי‟ איז אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, צונויפֿגעשטעלט פֿון ווידעאָ־אויסצוגן פֿון ווײַנהאַוסעס אמתן לעבן און פֿון הונדערטער אינטערוויוען מיט קרובֿים און פֿרײַנד. אַזוי ווי אַלע יונגע־לײַט פֿון איר דור, האָט זי פֿילמירט אַלצדינג מיט איר טעלעפֿאָן, און עס זײַנען פֿאַרבליבן צענדליקער שעהען פֿון ווידעאָס מיט איר, געמאַכט אין דער היים, אויף דער גאַס, הינטער די קוליסן. ווײַל דער פּאָרטרעט איז אַזוי אינטים, און מיר באַגלייטן ווײַנהאַוס פֿון די קינדער־יאָרן ביז איר טרויעריקן סוף, באַקומען מיר אַ ספּעציעל געפֿיל פֿון נאָענטקייט צו איר. דעריבער איז נאָך שטאַרקער אונדזער ווייטיק אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון אַ יונגער פֿרוי, וואָס האָט געהאַט אַזאַ ריזיקן דערפֿאָלג, מיט אַזאַ ליכטיקער פּערזענלעכקייט, וואָס בײַם אָנהייב פֿילם איז זי נאָך געווען אַן אומשולדיק מיידעלע. מענטשן גייען אַרויס פֿון קינאָ מיט טרערן אין די אויגן.

דער פֿילם דערציילט ניט סתּם וועגן אַ פּערזענלעכער טראַגעדיע; ער ווײַזט אונדז, אַז מיר אַלע זײַנען אויך שולדיק אין ווײַנהאַוסעס פֿריצײַטיקן טויט. מיר זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט אַזעלכע שטערן און ווילן וויסן אַלצדינג וואָס ס׳טוט זיך אונטער דער קאָלדרע, אַז מיר לאָזן זיי ניט לעבן, מיר דערגייען זיי די יאָרן מיט ביליקע פֿאָטאָגראַפֿן („פּאַפּאַראַצי‟) און זשורנאַליסטן, וואָס גייען זיי נאָך אויף יעדן שריט און טריט. ווען ווײַנהאַוס וואָלט ניט געלעבט אונטערן מיקראָסקאָפּ פֿון דער פּרעסע און אונטערן שטאַרקן ליכט פֿון דער מעדיאַ, וואָס האָט איר פֿאַרבלענדט די אויגן, וואָלט זי אפֿשר הײַנט נאָך געלעבט.