יעדעס מאָל, וואָס איך גיי צום דאָקטער, שרײַבט ער מיר אויס אַ נײַעם מעדיקאַמענט. איך האָב שוין קיין־הרע אַ גאַנצע אַפּטייק, כ’וואָלט שוין געקענט האַנדלען מיט דער פּילכעוואַטער סחורה. די טאַבלעטן, וואָס באַלאַגערן אונדזער דום־קעסטעלע, האַלטן אין איין אַנאָנסירן מעדיקאַמענטן פֿאַר דיאַבעטיקער, ראַק־קראַנקע, לונגען־אָנצינדונג, וויאַגראַ פֿאַר מענער, איצט איז שוין מיט מזל פֿאַראַן אַ וויאַגראַ פֿאַר פֿרויען… הײַנט האַלט מען אין איין רודערן און אײַנזען, אַז דער טאַבלעט קען אויך אָנגרײַפֿן לונג און לעבער, קישקעס, פֿרויען זאַכן, פּרישטשיקעס אויף דער נאָז.
ווי עס זאָל נישט זײַן, די זײַטיקע אָנגריפֿן פֿון די מעדיקאַמענטן באַשטייען פֿון: חלשות, געשווילעכץ פֿון די נירן, אַ פֿאַרלוסט פֿון וואָג, אַ געווינס אויף דער וואָג, בלינדקייט, ראַק, שוואַכקייט פֿון די הענט און פֿיס און, צום סוף, האָבן זיי אַלע דעם זעלביקן פּזמון — היט זיך פֿאַרן פּלוצעמדיקן טויט. הייסט עס, אויב די קרענק לייגט דיך נישט אַוועק, וועט עס דערליידיקן די מעדיצין.
לעצטנס, בין איך געווען בײַ אַ נײַעם דאָקטער דאָ, וווּ איך וווין. ער איז אַן „ענדראָקרינאָלאָג‟, אַ דאָקטער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דיאַבעטיקער. איך זע, אַז זײַן ביוראָ איז ליידיק, וווּ זײַנען די פּאַציענטן? שוין זשע זײַנען זיי אַלע אָפּגעשטאָרבן.
דאָס דאָקטערל קען זײַן צווישן זעכציק און זיבעציק, אַ קליינס, אַ דאַרס, אַ בייזער מיט אַ פּאָר בלויע ליפּן.
פֿרעג איך אים: „דאָקטער, איך וויל וויסן, צי ס’איז עפּעס פֿאַראַן נײַעס אויפֿן דיאַבעטישן מאַרק? איך אַליין בין נאָך אַלץ אויף צוקער־טאַבלעטן, נישט אויף אינסולין, איז הײַנט פֿאַראַן עפּעס נײַעס אויפֿן טאַבלעטן מאַרק?‟
זאָגט ער מיר, אַז מײַן צוקער איז גאָרנישט קיין גרויסע מניעה, ס’הייסט — נישט געפֿערלעך. איך זיץ, ער שטייט אין זײַן ווײַסן כאַלאַט, און שטרעקט אויס זײַן ווײַזפֿינגער אויף מיר און מיט גרויסער רוגזה שיפּעט ער אַרויס:
„איז וואָס ווילט איר? אַ פּיל וואָס זאָל רויִנירן אײַערע נירן? אָדער אפֿשר אַ פּיל, וואָס זאָל צעקאַליעטשען אײַער לעבער? אָדער אפֿשר ווילט איר אַ פּיל, וואָס זאָל אָנמאַכן אַ חורבן אין אײַער בלאָז? און אפֿשר אַ פּיל, וואָס וועט אַרבעטן אויף אײַער גאַל און זי פֿאַרניכטן? וועלכע פֿון זיי ווילט איר? קלײַבט אײַך אויס?‟
דערווײַל האָב איך זיך שטאַרק דערשראָקן, נישט אַזוי פֿון די פּילן, נאָר פֿון אים גופֿא. וואָס איז דאָס פֿאַראַ דאָקטער, וואָס לאָזט אויס אַזאַ כּעס אויף אַ פּאַציענט? אַפֿילו ווען ער זאָל זײַן דער בעסטער דאָקטער אין דער וועלט, האָב איך באַשלאָסן, וועט ער מיך שוין דאָ זען ווי דעם פֿאַראַיאָריקן שניי. אפֿשר האָט ער זיך צעקריגט מיטן ווײַב, לאָזט ער עס אויס צו מיר? אפֿשר איז בײַ אים אַ שיף מיט פּוטער־מילך אונטערגעגאַנגען? און אפֿשר האָט ער גאָר פֿאַרלוירן געלט אויף דער בערזע, אין קאָרטן צי אין קאַזינאָ? דער רוח ווייסט אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.