אין אַ בריוו פֿונעם 2טן יולי, האָט די דעמאָקראַטישע פּרעזידענט־קאַנדידאַטין הילאַרי קלינטאָן געשריבן צו איר שטיצער און הויפּט־מנדבֿ, חיים סאַבאַן (אַ מאַגמאַט און ברייטהאַרציקער שטיצער פֿון ישׂראל), אַז זי וועט טאָן אַלץ מעגלעכס, צו באַזיגן די קאַמפּאַניע צו בויקאָטירן און סאַנקציאָנירן ישׂראל. זי שליסט דעם בריוו מיט די ווערטער: „איך קוק אַרויס אויף אונדזער צוזאַמענאַרבעט‟.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע וואָכן האָט קלינטאָן זיך אויך פֿאַרבונדן מיט אַנדערע ייִדישע מנדבֿים, פֿאַר וועמען זי האָט אויסגעדריקט אַ פֿעסטע פּראָ־ישׂראלדיקע שטעלונג. איר עפֿנטלעכע שטיצע פֿון ישׂראל וועט איר זיכער צוהעלפֿן בײַם צוציִען די ייִדישע שטיצער, וואָס האָבן זיך לעצטנס גוט געזאָרגט וועגן די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן פּרעזידענט אָבאַמאַ און די ישׂראלדיקע פֿירער.
איר עפֿנטלעכע שטיצע פֿון ישׂראל וועט איר אָבער נישט אָנקומען גרינג, ווײַל זי וועט דאַרפֿן צופֿרידנשטעלן סײַ אירע ברייטהאַרציקע פּראָ־ישׂראלדיקע שטיצער, סײַ די מער פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטן, וואָס זענען קריטיש צו דער ישׂראל־פּאָליטיק.
די אַנקעטעס אַנטפּלעקן אָן אַ נײַע רעאַליטעט בײַ די דעמאָקראַטישע וויילער. בעת דער מלחמה אין עזה פֿאַראַיאָרן האָט אַ „סי־ען־ען‟־אַנקעטע געוויזן אַ גרויסן אונטערשייד צווישן די דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער, וואָס שייך די ישׂראלדיקע אַקציעס. אין פֿעברואַר האָבן בלויז 48% דעמאָקראַטן געזאָגט, אַז זיי סימפּאַטיזירן מיט ישׂראל; בײַ די רעפּובליקאַנער, איז עס געווען 83%. אין אַפּריל האָט אַ בלומבערג־אַנקעטע געוויזן, אַז ס׳רובֿ רעפּובליקאַנער האַלטן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן דאַרף שטיצן ישׂראל אַפֿילו אויב ישׂראלס אינטערעסן שטימען נישט דווקא מיט די אַמעריקאַנער אינטערעסן. ס׳רובֿ דעמאָקראַטן האַלטן פּונקט פֿאַרקערט.
„ישׂראל האָט מער נישט קיין אויטאָמאַטישע שטיצע פֿון ביידע פּאַרטייען אין אַמעריקע,‟ האָט דער רעפּובליקאַנער אַנקעטע־פֿירער פֿרענק לאָנץ דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דער Times of Israel.
מאַרק מעלמאַן, אַ דעמאָקראַטישער אַנקעטע־פֿירער, זאָגט אָבער, אַז „מע זעט יאָ אַ זייער שטאַרקע שטיצע פֿאַר ישׂראל צווישן די דעמאָקראַטן; יענע פּראָגרעסיווע קרײַזן, וואָס זענען נישט פּראָ־ישׂראל, האָבן אַ קנאַפּע השפּעה אויף דער פּאַרטיי.‟
פֿון דעסטוועגן, איז אויפֿן דעמאָקראַטישן צוזאַמענפֿאָר אין 2012 געווען אַ בולטער אונטערשייד צווישן די פּאַרטיי־פֿירער און סתּם אַקטיוויסטן. ווען די רעפּובליקאַנער און פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן קריטיקירט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿאַר נישט אָננעמען אַן אָפֿיציעלע פּלאַטפֿאָרם, וואָס שטיצט די גאַנצע שטאָט ירושלים ווי די קרוינשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געהייסן די פֿירער פֿונעם צוזאַמענפֿאָר דורכצופֿירן אַן אָפּשטימונג וועגן דעם ענין, לויט די קולות פֿונעם עולם. מע האָט געדאַרפֿט דורכפֿירן די אָפּשטימונג דרײַ מאָל, ווײַל די קולות, וואָס האָבן אויסגעשריגן „ניין‟, זענען געווען פּונקט אַזוי שטאַרק ווי די קולות, וואָס האָבן געזאָגט „יאָ‟.
קלינטאָן וועט אויך דאַרפֿן באַשליסן ווי נאָענט, אָדער ווי ווײַט, זי וועט זיך שטעלן לגבי אָבאַמאַס שטעלונגען. אויב זי דערווײַטערט זיך פֿון אָבאַמאַ, וועט עס באַרויִקן די ייִדישע דעמאָקראַטן, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט זײַנע שטעלונגען. אָבער אויב זי דערווײַטערט זיך צו פֿיל, וועט זי אָפּפֿרעמדן אָבאַמאַס אָנהענגער, וועמעס שטיצע זי מוז האָבן.
דער בלויז צווישן קלינטאָן און אָבאַמאַ איז ספּעציעל שטאַרק, ווען עס קומט צו דער פֿראַגע פֿון די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן. „זי האַלט, אַז אַ שטרענגער אָפּמאַך מיט איראַן איז גוט פֿאַר ישׂראל,‟ האָט איר וואָרטזאָגער, ניק מעריל, געזאָגט Politico.
קלינטאָן האָט אויך באַטאָנט, אַז אויב זי וועט דערוויילט ווערן, וועט זי האָבן אַן אַנדער צוגאַנג צו נתניהו. רעדנדיק פֿאַר אַ גרופּע ייִדישע מנדבֿים אויף אַ בענעפֿיט אין ניו־יאָרק לעצטנס, האָט זי דערקלערט: „דיפּלאָמאַטיע איז געקניפּט־און־געבונדן מיט פּערזענלעכע באַציִונגען, און איך האָב מײַנע אייגענע באַציִונגען מיט אים.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.