דער שטאָטישער מוזיי אינעם פּראָוואַנסאַלער שטעטל דין־לע־בען, אָדער פּשוט דין, טראָגט דעם נאָמען פֿונעם באַרימטן אָרטיקן תּושבֿ, פּיער גאַסענדי (1592—1655) — אַ וויכטיקער פֿילאָסאָף און וויסנשאַפֿטלער פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַן קעגנערשאַפֿט צו דער דואַליסטישער טעאָריע פֿון זײַן לאַנדסמאַן רענע דעקאַרט.
ווען מע קוקט אויף גאַסענדיס וואַקסענער פֿיגור, קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דער דאָזיקער חכם האָט געמוזט זײַן אַ רבֿ: אַ מאַן מיט אַ יאַרמלקע זיצט מיט אַ לשון־קודשדיקן כּתבֿ־יד בײַם טיש. אין דער אמתן, איז גאַסענדי געווען אַ קאַטוילישער גלח; אין יענער תּקופֿה האָבן אַ סך גלחים געטראָגן אַ קאָפּ־צודעקעניש, וואָס זעט אויס פּונקט ווי די שוואַרצע יאַרמלקעס פֿון הײַנטיקע חרדים.
הגם גאַסענדי אַליין איז געווען באַקאַנט מיט לשון־קודש, האָט דעם כּתבֿ־יד פֿאַר אים איבערגעזעצט הרבֿ שלמה אזובי — אַ ספֿרדישער חכם פֿון בולגאַריע, וועלכער האָט געוווינט אין קאַרפּאַנטראַס, אַן אַנדער אוראַלטע שטאָט אין דרום־מיזרחדיקן פֿראַנקרײַך. אינעם 13טן יאָרהונדערט האָט אין דין שוין עקזיסטירט אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה; לויט אַ ריי היסטאָרישע דאָקומענטן, איז זי געווען אויף אַ געוויסן אופֿן פֿאַרבינדן מיט קאַרפּאַנטראַס.
הרבֿ אזובי האָט קאָפּירט די אַלטע אַסטראָנאָמישע טאַבעלעס פֿונעם זעקס־בענדיקן ספֿר „שש כּנפֿיים‟, וואָס הרבֿ עמנואל בן יעקבֿ באָנפֿיס האָט אָנגעשריבן אינעם 14טן יאָרהונדערט. דער דאָזיקער ייִדישער חכם, אַ תּושבֿ פֿון טאַראַסקאָן, אַן אַנדער דרום־פֿראַנצויזיש שטעטל, איז געווען אַ וועלט־באַרימטער אַסטראָנאָם און מאַטעמאַטיקער. אינעם 17טן יאָרהונדערט האָבן די ים־קאַפּיטאַנען זיך נאָך אַלץ באַנוצט מיט זײַנע חשבונות, איבערגעזעצט אויף לאַטײַן און גריכיש אין גיכן נאָכן מחברס פּטירה. דער „בעל שש כּנפֿיים‟ האָט זיך באַנוצט מיט די ווערק פֿון אַל־באַטאַני — אַ גרויסער אַראַביש־מוסולמענישער חכם, וועלכער האָט געוווינט מיט 1100 יאָר צוריק אין סיריע. דער רבֿ האָט אַדאַפּטירט אַל־באַטאַניס חשבונות פֿאַרן ייִדישן לוח און צו דער געאָגראַפֿישער פּאָזיציע פֿון זײַן היים־שטעטל. גאַסענדיס נאָענטער פֿרײַנד און וויסנשאַפֿטלעכער קאָלעגע, ניקאָלאַ־קלאָד פֿאַרבי דע פּיירעסק, האָט זיך געחבֿרט מיט הרבֿ אזובי און פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט, איבערקוקנדיק די ספֿרים אין זײַן בית־מדרש; דער רבֿ האָט אויך פֿאַרבראַכט חדשים־לאַנג בײַ זײַן קריסטלעכן חבֿר אין שטוב, און איבערגעזעצט נאָך פּיירעסקס בקשה די טאַבעלעס פֿאַר גאַסענדי.
דאָס 17טע יאָרהונדערט איז געווען אַ פּעריאָד פֿון גרויסע וויסנשאַפֿטלעכע חידושים און וואַקלענישן צווישן דעם טראַדיציאָנעל־מיסטישן און דעם מאָדערנעם עמפּירישן צוגאַנג צו וויסנשאַפֿט. אַ סך קריסטלעכע חכמים אין יענער תּקופֿה האָבן זיך באַצויגן מיט גרויס אינטערעס און נײַגער צו ייִדישקייט און ייִדישע ספֿרים.
גאַסענדי האָט קריטיקירט דעם פּראָמינענטן בריטישן דאָקטער ראָבערט פֿלאַד פֿאַרן אַרײַנמישן קבלה אין זײַנע טעאָריעס. אַנשטאָט אַריסטאָטעלס פֿילאָסאָפֿיע, וועלכע האָט פֿאַר אים אויך געקלונגען צו מיסטיש, האָט גאַסענדי אָנגענומען די סקעפּטישע שיטה פֿון עפּיקור. דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן גריכישן פֿילאָסאָף שטעקט אינעם ייִדישן וואָרט „אַפּיקורס‟. אין דער זעלבער צײַט, איז גאַסענדי געבליבן אַ טיף גלייביקער מענטש און האָט מסכּים געווען מיט דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מסורה, לויט וועלכער די גריכן האָבן אָפּגעלערנט די פֿילאָסאָפֿישע חכמות בײַ די ייִדן.
פֿאַרשיידענע עקספּאָנאַטן אינעם מוזיי דערמעגלעכן צו דערפֿילן די אַטמאָספֿער פֿון קולטורעלן געמיש צווישן די קריסטן, ייִדן און מוסולמענער, וועלכער האָט געהערשט אין פּראָוואַנס במשך פֿון הונדערטער יאָרן. די אָרטיקע ייִדישע קהילות האָבן געדינט ווי פֿאַרמיטלער צווישן דעם איסלאַמישן מיזרח און דער קריסטלעכער אייראָפּע. למשל, דער דערמאָנטער מחבר פֿון „שש כּנפֿיים‟ האָט אויסגעאַרבעט אַ פּרטימדיקע טעאָריע וועגן דער אַראַביש־שטאַמיקער דעצימאַלער נומעראַציע־סיסטעם מיט אַ סך יאָר פֿאַר די אייראָפּעיִשע קריסטלעכע מאַטעמאַטיקער. גאַסענדי האָט אויך שטודירט אַראַביש, כּדי צו באַקומען אַ דירעקטן צוטריט צו די מיזרחדיקע חכמה־אוצרות.
אַ שיינע אילוסטראַציע פֿונעם דאָזיקן קולטור־סינטעז איז דאָס מוזיי־בילד פֿונעם מאַרסייער מאָלער עטיען־עמע פּאָנסאָן, וווּ אַ גלאָז טיי און אַ קריגל מיט אַ בלויען מגן־דוד ליגט אויפֿן טיש לעבן דעם טעקסט פֿון דער קאָמישער אָפּערע „זעמירע און אַזאָר‟, וווּ די פּערסאָנאַזשן טראָגן אַראַבישע אָדער כּמו־מיזרחדיקע אויסגעטראַכטע נעמען.
די אַנדערע אויסשטעלונגען אינעם מוזיי ווײַזן, ווי אַזוי דאָס מענטשלעכע לעבן האָט שוין געשפּרודלט אויפֿן שטח פֿון דער שטאָט לאַנג פֿאַרן אויפֿקום פֿון אַלע דרײַ „אַבֿרהמישע‟ רעליגיעס נאָך אין דער „שטיינערנער‟ תּקופֿה. בשכנות, אינעם טאָל פֿונעם טײַך ווערדאָן, האָבן די נעאַנדערטאַלער געוווינט אין די היילן אַזש מיט 400,000 יאָר צוריק.
אַ טייל היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז דער נאָמען פֿון דער רוימישער קאָלאָניע, געגרינדעט אינעם 1טן יאָרהונדערט, שטאַמט פֿונעם גאַליש־קעלטישן וואָרט „דין‟ — וואַסער. פֿריִער איז עס געווען די הויפּטשטאָט פֿונעם קעלטישן שבֿט באָדיאָנטיקי אָדער בראָדיאָנטי. אַרומגערינגלט מיט דרײַ טײַכן, איז די פֿרוכטבאַרע געגנט געווען פֿון קדמונים אָן אַ באַקוועם אָרט פֿאַר אַ מענטשלעכן ייִשובֿ. דערצו, זענען דאָרטן פֿאַראַן הייסע קוואַלן, אַרום וועלכע די אוראַלטע רוימער האָבן אויפֿגעשטעלט זייערע מרחץ־הײַזער.
בשכנות מיטן מוזיי־בנין שטייט אַן אַלטער קלויסטער פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, אונטער וועלכן די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אַ 2000־יאָריקן רוימישן צווינטער און ייִשובֿ. דעם ערשטן געבעט־הויז האָבן די קריסטן אויפֿגעשטעלט אויפֿן דאָזיקן אָרט נאָך אינעם 5טן יאָרהונדערט. בעצם, דינען די אונטערערדישע אויסגראָבונגען ווי אַ צווייטער טייל פֿונעם מוזיי.
מע ווייסט, אַז אין אַ טייל דרום־פֿראַנצויזישע שטעט האָבן די ייִדן געוווינט מיט איבער 2000 יאָר צוריק. נישט געקוקט אויף די קאָנקורירנדיקע היסטאָרישע טעאָריעס וועגן די וואָרצלען פֿון דער אַשכּנזישער טראַדיציע און דער ייִדישער שפּראַך, בלײַבט קלאָר, אַז מאַקס ווײַנרײַך האָט ריכטיק באַמערקט די גרויסע ראָלע פֿון די אוראַלטע פֿראַנצויזישע קהילות אין דער געשיכטע פֿון די אַשכּנזים. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען און אויסגראָבונגען וועלן וואַרפֿן מער שײַן אויף די בראשיתדיקע שרשים פֿון אונדזער ייִדיש־קולטור.
די לאַנגע פּראָוואַנסאַלער געשיכטע און די אַרומיקע נאַטור רופֿט אַרויס אַ ראָמאַנטיש געפֿיל פֿון „פֿאַרצײַטישקייט‟. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע יונגע שטעט, ווי ניו־יאָרק אָדער פּעטערבורג, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז יעדע פֿאַרצײַטיקע חורבֿה אין פּראָוואַנס שטייט דאָרטן זינט אָדם־הראשונס טעג. דערצו, טרעפֿן זיך אויף יעדן שריט און טריט, כּמעט אין יעדעס אָרטיק שטיינדל, פֿאַרשיידענע פֿאַרשטיינערטע פֿאָרהיסטאָרישע בעלי־חיים און פֿלאַנצן. די רעשטלעך פֿון לאַנג־פֿאַרשוווּנדענע אַמאָניטן און אַנדערע מיסטעריעזע באַשעפֿענישן פֿון פֿריִערדיקע געאָלאָגישע תּקופֿות וואַלגערן זיך ממש אונטער די פֿיס.
דער שפּאַנישער קינסטלער זשאָאַן פֿאָנטקובערטאַ האָט געשאַפֿן אינעם גאַסענדי־מוזיי אַן אויסשטעלונג, וועלכע האָט מיך צום גרעסטן פֿאַרחידושט. אַ גאַנצער זאַל דערציילט וועגן אַ געוויסן גלח מיטן נאָמען זשאַן פֿאָנטאַנאַ, אַ מין גילגול פֿון גאַסענדי, וועלכער האָט, כּלומרשט, אַנטדעקט די פֿאַרשטיינערטע ביינער פֿון „הידראָפּיטעקן‟ — מיסטעריעזע כּמו־מענטשן מיט פֿיש־עקן. דער קינסטלער האָט אַרײַנגעשטעקט אַ צאָל זײַנע שאַפֿונגען אין די פֿעלדזן פֿונעם אָרטיקן געאָלאָגישן פּאַרק, צווישן עכטע פֿאָסילן, כּדי איבערצײַגן דעם עולם, אַז די לעגענדאַרע וואַסער־מיידלעך האָבן טאַקע עקזיסטירט אין פּראָוואַנס מיט מיליאָנען יאָר צוריק.
ערשט בײַם סוף, ווען די באַזוכער פֿונעם מוזיי הייבן אָן גלייבן אין דער דאָזיקער גוואַלדיקער וויסנשאַפֿטלעכער אַנטדעקונג, דערקלערט מען, אַז ס׳איז בלויז אַ קינסטלערישע פֿיקציע — טאַקע זייער אַ געראָטענע און צוגעפּאַסטע צו דער רעטענישפֿולער אַטמאָספֿער פֿונעם אוראַלטן שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.