(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינדיע האָט, למשל, געשטימט קעגן ישׂראל, ווען די „יו־ען‟ האָט נאָך אין 1947 פֿאָרגעלייגט מע זאָל צעטיילן פּאַלעסטינע אויף צוויי לענדער, און אין 1971 האָט זי געשטימט פֿאַר דער טרויעריק באַרימטער רעזאָלוציע 3379, וואָס דעפֿינירט ציוניזם ווי אַ מין ראַסיזם — איידער מע האָט די רעזאָלוציע צוריקגעצויגן אין 1991.
אינדיעס באַשלוס זיך אָפּצוזאָגן פֿון שטימען איז, אַוודאי, נישט סתּם צוליב איר ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער מדינה. צום גרויסן טייל, איז עס אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ נײַער שטעלונג פֿונעם נײַעם פּרעמיער, נאַרענדראַ מאָדי, אַ הינדויִסטישער נאַציאָנאַליסט, וואָס האָט אַ קנאַפּן אינטערעס זיך צו אַליִיִרן מיט די מוסולמענישע לענדער אין דער „יו־ען‟. פֿון דעסטוועגן, האָט ער שוין אַרויסגעוויזן אַ געוויסע סימפּאַטיע פֿאַר ישׂראל, נאָך אַ באַזוך אַהין אין 2006 ווי אַ גובערנאַטאָר. ווען נתניהו איז ווידער דערוויילט געוואָרן אין מאַרץ, האָט מאָדי אים געשיקט אַ „טוויט‟ אויף העברעיִש: „מזל טוב ידידי Bibi@Netanyahu… אני זוכר את פּגישתו הנעימה בניו יורק בספּטמבר האחרון‟ [מזל־טובֿ, מײַן פֿרײַנד. איך געדענק אונדזער אײַנגענעם באַגעגעניש אין ניו־יאָרק דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער].
דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער גייט ווייניק אָן די לענדער, וואָס לײַדן פֿון זייערע אייגענע עקאָנאָמישע צרות און מיליטערישע קאָנפֿליקטן. זיי פֿאַרשטייען אַליין, אַז זיי קאָנען געניסן פֿון אַ פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער וואָפֿן־פּראָדוצירנדיקער, טעכנאָלאָגיש־געניטער ייִדישער מדינה.
„די ירידה פֿון מאַכט און השפּעה מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע איז קלאָר, און ווײַזט בולט אָן די פּאָטענציעלע מאַכט פֿון די נײַע כּוחות — כינע, אינדיע און בראַזיל,‟ האָט זלמן שובֿל, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן, געשריבן אין אַ באַריכט אין 2011.
די באַדינגונגען זענען איצט טאַקע זייער גוטע פֿאַר ישׂראל: ערשטנס, צוליב דער דראַמאַטישער ירידה פֿון נאַפֿטפּרײַזן אין די לעצטע יאָרן, און דער נײַער אַמעריקאַנער פּראָדוקציע פֿון שיפֿער־אייל; און צווייטנס, צוליב די אומרוען אין דער אַראַבישער וועלט, וואָס האָבן ממשותדיק אָפּגעשוואַכט דעם כּוח פֿון די אַראַבישע נאַפֿט־פּראָדוצענטן צו צווינגען אַנדערע לענדער צו בויקאָטירן ישׂראל.
„מיר דאַרפֿן קולטיווירן די נײַע אַליאַנצן ווי אַ לאַנג־יאָריקע אינוועסטיציע,‟ האָט באַמערקט צבֿי מזל, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין שוועדן און עגיפּטן. „סוף־כּל־סוף, זעען מיר שוין די רעזולטאַטן פֿון אונדזער אַרבעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.