נײַע מעגלעכע פֿרײַנד פֿאַר ישׂראל

Possibly Some New Friends for Israel

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו טרעפֿט זיך מיטן אינדישן פּרעמיער, נאַרענדאַ מאָדי, אין ניו־יאָרק, דעם 29סטן סעפּטעמבער 2014
Avi Ohayon/FLASH90
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו טרעפֿט זיך מיטן אינדישן פּרעמיער, נאַרענדאַ מאָדי, אין ניו־יאָרק, דעם 29סטן סעפּטעמבער 2014

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

פּאַריז. — ס׳איז, אַוודאי, נישט קיין חידוש, אַז די אייראָפּעיִשע לענדער האָבן פֿרײַטיק געשטימט צו אָנערקענען דעם נײַסטן באַריכט פֿון דער „יו־ען‟, וואָס באַשולדיקט ישׂראל אין מלחמה־פֿאַרברעכנס אין דער עזה־מלחמה אין 2014.

אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז אינדיע און פֿיר אַנדערע לענדער, וואָס האָבן ביז איצט כּסדר געשטימט קעגן ישׂראל אין דער „יו־ען‟, האָבן דאָס מאָל זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען. אַלע אַכט אייראָפּעיִשע מיטגליד־מלוכות פֿונעם מענטשנרעכט־ראַט פֿון דער „יו־ען‟ האָבן גוטגעהייסן דעם באַריכט, וואָס דערקלערט, אַז סײַ „כאַמאַס‟, סײַ ישׂראל זענען בעת דעם קאָנפֿליקט אפֿשר באַגאַנגען מלחמה־פֿאָרברעכנס.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָבן געשטיצט „יו־ען‟־רעזאָלוציעס קעגן ישׂראל. אין 2012, ווען די אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג האָט געשטימט צו אָנערקענען פּאַלעסטינע, האָבן 14 אייראָפּעיִשע לענדער געשטימט „יאָ‟. אַ טייל פֿון זיי האָבן אויך געשטימט „יאָ‟ פֿאַר עטלעכע אַנטי־ישׂראלדיקע אָפּשטימונגען בײַ UNESCO.

אָבער די אָפּשטימונג פֿרײַטיק איז וויכטיק, ווײַל ס׳איז אַ בולטער סימן פֿון דער וואַקסנדיקער דיסטאַנץ צווישן אייראָפּע און ישׂראל, בעת די ייִדישע מדינה קעמפֿט קעגן דעם פּאַלעסטינער עקסטרעמיזם. אייראָפּע טענהט, אַז אָט דער עקסטרעמיזם איז אַ רעזולטאַט פֿון דער האַרטליניקער פּאָליטיק פֿון פּרעמיער בנימין נתניהו.

אין 2009, ווען דער ראַט האָט געשטימט איבער אַ רעזאָלוציע, וואָס באַשולדיקט ישׂראל אין „ערנסטע בראָכן פֿון מענטשנרעכט‟ בעת איר אָפּעראַציע אין עזה יענעם יאָר, האָבן אַלע מיטגליד־לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און האָלאַנד — זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען. בלויז די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געשטימט קעגן דעם. די אָפּשטימונג פֿרײַטיק איז געווען נאָך איין אַ טרויעריקער סימן פֿון אייראָפּעס וואַקסנדיקן אַנטאַגאָניזם צו ישׂראל.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז מערקווירדיק, וואָס אין דער אָפּשטימונג פֿרײַטיק, האָבן אינדיע, קעניאַ, עטיאָפּיע, מאַקעדאָניע און פּאַראַגווײַ זיך דווקא אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען. צום טייל, איז עס אַ רעזולטאַט פֿון אַ נײַעם צוגאַנג מצד דער ישׂראל־רעגירונג אָנצוקניפּן און צו פֿאַרשטאַרקן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט לענדער פֿון דער „צווייטער‟ און „דריטער וועלט‟, וואָס האָבן ביז איצט געשטימט פֿאַר די סאַמע אַנטי־ישׂראלדיקסטע רעזאָלוציעס.