דער „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור א״נ פֿון מײַרענט‟ האָט לעצטנס מודיע געווען, אַז ער האָט באַקומען 12 רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־לידער פֿונעם יאָר 1901. די לידער, אַרײַנגערעכנט אַ נוסח פֿון „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, האָט מען רעקאָרדירט אין שיקאַגע אויף צילינדערס. דער קלאַנג קלינגט הײַנט אַ סך בעסער ווי בײַ ס׳רובֿ רעקאָרדירונגען פֿון יענער תּקופֿה, ווײַל מע האָט די צילינדערס געמאַכט פֿון „צעלולאָיִד‟, אַ מין פּלאַסטיק, אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן מעטאַל אָדער וואַקס. לויט אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע פֿונעם „מײַרענט־אינסטיטוט‟, זענען די רעקאָרדירונגען די סאַמע עלטסטע אויף ייִדיש, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט. די פֿירמע „אַרטשיפֿאָון רעקאָרדס‟, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם דיגיטאַליזירן, פֿאַרריכטן און ווידער אַרויסגעבן גאָר אַלטע רעקאָרדירונגען, געמאַכט אויף צילינדערס, וועט הײַיאָר אַרויסלאָזן אַן אַלבאָם פֿון די 12 רעקאָרדירונגען מיטן נאָמען Attractive Hebrews: The Thomas Lambert Yiddish Cylinders 1901—1904 (די צוציִענדיקע העברעער: די ייִדישע צילינדערס פֿון טאָמאַס לאַמבערט 1901—1904).
די ייִדישע קהילה אין ליטע, צוזאַמען מיטן ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ לכּבֿוד 90 יאָר „ייִוואָ‟. די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין ווילנע, וווּ די וויכטיקע פֿאָרש־אינסטיטוציע האָט געהאַט איר הויפּט־קוואַרטיר ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה. קיין סך פּרטים וועגן דער קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן ביזן 20סטן סעפּטעמבער, זענען נאָך ניט בנימצא. אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ליטע, אַמעריקע און ישׂראל האָבן אָבער יאָ אַנאָנסירט, אַז זיי וועלן אָדער ספּאָנסירן, אָדער דינען ווי שותּפֿים פֿון דער קאָנפֿערענץ. צווישן די ספּאָנסירער: דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟ און דער „קרן רצון טובֿ‟ (פֿונדאַציע פֿונעם גוטן־ווילן). די אָרגאַניזאַציעס, וואָס וועלן דינען ווי „שותּפֿים‟ נעמען אַרײַן דעם „אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער‟ אין ווילנע, די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון ליטע אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטינאַס מאַזשווידאַס און די ליטווישע מלוכישע אַרכיוון.
דער הײַיאָריקער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד וועט פֿאָרקומען אינעם טריער אוניווערסיטעט פֿונעם 12טן ביזן 14טן אָקטאָבער. די רעפֿעראַטן, אויף ייִדיש און דײַטש, וועלן באַהאַנדלען פֿאַרשידענע טעמעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, לינגוויסטיק, פֿאָלקלאָר און סאָציאָלאָגיע. צווישן די, וואָס וועלן רעפֿערירן אויף ייִדיש זענען ד׳׳ר רחל ראָזשאַנסקי פֿון „בראָון־אוניווערסיטעט‟; זי וועט רעדן אויף דער טעמע, „מאַנגערס ׳מגילה־לידער׳ אין תּל־אָבֿיבֿ, און דער אומקער פֿון מיזרח־אייראָפּע אינעם ישׂראלדיקן קאָלעקטיוון זכּרון‟ און גרשון פּרײַס, וואָס וועט האַלטן זײַן רעפֿעראַט וועגן די איבערזעצונגען פֿון חיים זשיטלאָווסקי.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם סימפּאָזיום, שרײַבט jiddisch@uni-trier.de אָדער באַזוכט https://www.uni-trier.de/index.php?id=18473.
די „ייִדיש־ליגע‟ פּראָדוצירט שוין אַ פּאָר יאָר אַ סעריע פֿילמען „אַ וועלט מיט וועלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס‟, אין וועלכער אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער דערציילן וועגן זייער לעבן און שאַפֿונג. אין דער סעריע, רעזשיסירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי, זענען שוין אַרויס די דאָקומענטאַרן „איטשע גאָלדבערג: אויב ניט נאָך העכער‟ און „ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן: האַרבסטליד‟.
לעצטנס, האָט די „ייִדיש־ליגע‟ אַנאָנסירט, אַז עס איז שוין אַרויס דער דריטער פֿילם אין דער סעריע, „חוה ראָזענפֿאַרב: דאָס בלעזעלע וואָר‟. דער דאָקומענטאַר איז געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַ לאַנגן אינטערוויו מיט דער פּאָעטעסע און שרײַבערין, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע ראָמאַנען וועגן דער לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ. דעם אינטערוויו האָט דורכגעפֿירט חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר.
דינסטיק, דעם 4טן אויגוסט, קומט פֿאָר די פּרעמיערע פֿאַרן פֿילם בײַם „ייִוואָ‟, אין ניו־יאָרק.
ֿ„די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ פֿון בנימין שעכטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זי נעמט איצט אָן אַפּליקאַציעס אויף פּראָיעקטן צו סובסידירן.
די פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן, וואָס זאָלן מוטיקן מענטשן צו שרײַבן, לייענען און רעדן ייִדיש. די סובסידיעס, וואָס עס גיט די פֿונדאַציע, באַטרעפֿן צווישן 1,000 און 3,000 דאָלאַר. די אַפּליקאַציעס, אויף ייִדיש, מוזן איבערגעבן אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט, די נעמען און ביאָגראַפֿיעס פֿון די, וואָס באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט, דעם בודזשעט פֿונעם פּראָיעקט, און די אַנדערע סובסידיעס, וואָס וועלן שטיצן דעם פּראָיעקט, ווי אויך די געמאָנטע סומע געלט.
אַפּליקאַציעס אויף אַ סובסידיע פֿון „דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ פֿון בנימין שעכטער‟ זאָל מען שיקן צו שׂרה־רחל שעכטערן, אויפֿן אַדרעס rukhls@gmail.com, ביזן 17טן יולי.
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ באַרימט זיך מיטן סאַמע־גרעסטן אויסוואַל פֿון קלאַסן אויף דער וועלט, וואָס מע לערנט טאַקע אויף ייִדיש. סוף סעפּטעמבער וועלן זיך דאָרטן אָנהייבן אַ ריי קלאַסן אויף ייִדיש פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן אויף פֿאַרשידענע טעמעס.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן דריטן ניוואָ וועלן שרון בר־כּוכבֿא און נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד לערנען אַ קורס אויף דער טעמע „וואָס מיינט צו זײַן אַ ייִד: טראַדיציאָנעלע און מאָדערנע ענטפֿערס אין דער ליטעראַטור‟. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן מאָנטיק, פֿון 7 ביז 9 אַזייגער אין אָוונט.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן פֿערטן ניוואָ וועט אַהרן וואַלדמאַן לערנען אַ קורס וועגן הומאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור (יעדן מאָנטיק, פֿון 2 ביז 4 אַזייגער נאָכמיטאָג). וואַלדמאַן וועט אויך, צוזאַמען מיט נאַטאַליע קריניצקאַ, לערנען דעם זעלביקן קורס מיטוואָך אין אָוונט, פֿון 7 ביז 9 אַזייגער בײַ נאַכט.
פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועלן מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון לייב נײַדוסן (יעדן מאָנטיק, פֿון 2 ביז 4 אַזייגער נאָכמיטאָג). נאַטאַליע קריניצקאַ וועט אָפֿנירן מיט אַ סעמינאַר וועגן דעם סטיל און אידיאָמאַטיק פֿון חיים גראַדע און דעם „נסתּר‟ (יעדן דינסטיק, פֿון 6:30 ביז 8:30 אין אָוונט). יעדן דאָנערשטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט רובי מאָנעט לערנען אַ קלאַס וועגן די פֿאַמיליע זינגער.
יעדן דינסטיק, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט דער באַקאַנטער ייִדיש־קענער יצחק ניבאָרסקי לערנען אַ קלאַס וועגן די לשון־קודשדיקע ווערטער אין די ווערק פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ. ער וועט אויך, צוזאַמען מיט טל חבֿר־כיבאָווסקי, לערנען אַ קלאַס וועגן דער געשיכטע פֿון דער „צאינה־וראינה‟ (יעדן דאָנערשטיק, 6 אַזייגער אין אָוונט).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.