דער „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור א״נ פֿון מײַרענט‟ האָט לעצטנס מודיע געווען, אַז ער האָט באַקומען 12 רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־לידער פֿונעם יאָר 1901. די לידער, אַרײַנגערעכנט אַ נוסח פֿון „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, האָט מען רעקאָרדירט אין שיקאַגע אויף צילינדערס. דער קלאַנג קלינגט הײַנט אַ סך בעסער ווי בײַ ס׳רובֿ רעקאָרדירונגען פֿון יענער תּקופֿה, ווײַל מע האָט די צילינדערס געמאַכט פֿון „צעלולאָיִד‟, אַ מין פּלאַסטיק, אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן מעטאַל אָדער וואַקס. לויט אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע פֿונעם „מײַרענט־אינסטיטוט‟, זענען די רעקאָרדירונגען די סאַמע עלטסטע אויף ייִדיש, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט. די פֿירמע „אַרטשיפֿאָון רעקאָרדס‟, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם דיגיטאַליזירן, פֿאַרריכטן און ווידער אַרויסגעבן גאָר אַלטע רעקאָרדירונגען, געמאַכט אויף צילינדערס, וועט הײַיאָר אַרויסלאָזן אַן אַלבאָם פֿון די 12 רעקאָרדירונגען מיטן נאָמען Attractive Hebrews: The Thomas Lambert Yiddish Cylinders 1901—1904 (די צוציִענדיקע העברעער: די ייִדישע צילינדערס פֿון טאָמאַס לאַמבערט 1901—1904).
די ייִדישע קהילה אין ליטע, צוזאַמען מיטן ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ לכּבֿוד 90 יאָר „ייִוואָ‟. די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין ווילנע, וווּ די וויכטיקע פֿאָרש־אינסטיטוציע האָט געהאַט איר הויפּט־קוואַרטיר ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה. קיין סך פּרטים וועגן דער קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן ביזן 20סטן סעפּטעמבער, זענען נאָך ניט בנימצא. אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ליטע, אַמעריקע און ישׂראל האָבן אָבער יאָ אַנאָנסירט, אַז זיי וועלן אָדער ספּאָנסירן, אָדער דינען ווי שותּפֿים פֿון דער קאָנפֿערענץ. צווישן די ספּאָנסירער: דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟ און דער „קרן רצון טובֿ‟ (פֿונדאַציע פֿונעם גוטן־ווילן). די אָרגאַניזאַציעס, וואָס וועלן דינען ווי „שותּפֿים‟ נעמען אַרײַן דעם „אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער‟ אין ווילנע, די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון ליטע אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטינאַס מאַזשווידאַס און די ליטווישע מלוכישע אַרכיוון.
דער הײַיאָריקער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד וועט פֿאָרקומען אינעם טריער אוניווערסיטעט פֿונעם 12טן ביזן 14טן אָקטאָבער. די רעפֿעראַטן, אויף ייִדיש און דײַטש, וועלן באַהאַנדלען פֿאַרשידענע טעמעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, לינגוויסטיק, פֿאָלקלאָר און סאָציאָלאָגיע. צווישן די, וואָס וועלן רעפֿערירן אויף ייִדיש זענען ד׳׳ר רחל ראָזשאַנסקי פֿון „בראָון־אוניווערסיטעט‟; זי וועט רעדן אויף דער טעמע, „מאַנגערס ׳מגילה־לידער׳ אין תּל־אָבֿיבֿ, און דער אומקער פֿון מיזרח־אייראָפּע אינעם ישׂראלדיקן קאָלעקטיוון זכּרון‟ און גרשון פּרײַס, וואָס וועט האַלטן זײַן רעפֿעראַט וועגן די איבערזעצונגען פֿון חיים זשיטלאָווסקי.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם סימפּאָזיום, שרײַבט jiddisch@uni-trier.de אָדער באַזוכט https://www.uni-trier.de/index.php?id=18473.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.