דער 16־יאָריקער כינעזער וואַנג יוטשאַאָ האָט געמיינט, אַז ער פֿאָרט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אויף אַ וואַקאַציע קיין רוסלאַנד. למעשׂה, האָבן זיי אים געבראַכט אין איינעם פֿון אַרום 400 רעהאַביליטאַציע־צענטערס פֿאַר אינטערנעץ־„נאַרקאָמאַנען‟ — מענטשן, וואָס קאָנען נישט לעבן אָן דער אינטערנעץ.
דאָס קינד וווינט איצט אויף אַ געוועזענער מיליטערישער באַזע, צום דרום פֿון ביידזשין, וואָס זעט אויס כּמעט ווי אַ טורמע, מיט גרויע קאָרידאָרן און שטאָלענע גראַטעס. די היילונג־פּראָצעדור באַשטייט פֿון כּמו־מיליטערישע צוגרייטונגען, טעראַפּיע־סעסיעס, טיש־שפּילערײַען און אַנטי־דעפּרעסאַנטן. שוין אָפּגערעדט, אַז צו קיין אינטערנעץ אָדער קאָמפּיוטער־שפּילן האָבן די רעהאַביליטירטע נישט קיין צוטריט.
צוויי ישׂראלדיקע רעזשיסאָרינס, שוש שלם (שלאַם) און הילה מדליה (מעדאַליאַ), האָבן פֿאַרבראַכט דרײַ חדשים אינעם כינעזישן אַנשטאַלט און פֿילמירט אַ דאָקומענטאַר וועגן די „וועב־נאַרקאָמאַנען‟. די פּרעמיערע הייבט זיך אָן דעם 13טן יולי אויפֿן טעלעוויזיע־קאַנאַל PBS. דער פֿילם ווײַזט, ווי אַזוי וואַנג („ניקי‟), וועלכער פֿלעגט פֿאַרברענגען 10 שעה אַ טאָג אָן איבעררײַס בײַם קאָמפּיוטער, היילט זיך אויס פֿון זײַן קרענק, וואָס איינער פֿון די טעראַפּעווטן האָט אָנגערופֿן „דער עלעקטראָנישער העראָיִן‟.
די שאַפֿער פֿונעם פֿילם דערקלערן, אַז דער דאָקומענטאַר וואָרנט וועגן דער „פֿינצטערער זײַט‟ פֿון דער אינטערנעץ. אין די הײַנטיקע טעג, פֿאַרברענגען אַ סך קינדער זייער גאַנץ לעבן „צוגעקלעפּט‟ צום קאָמפּיוטער־עקראַן, פֿאַרגעסנדיק אין אַלצדינג, אַרײַנגערעכנט די משפּחה, חבֿרים און שול. ווי מדליה האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, זיצן געוויסע „קאָמפּיוטער־נאַרקאָמאַנען‟ מיט וויקעלעך אונטער די הויזן, כּדי צו בלײַבן בײַם קאָמפּיוטער אַפֿילו ווען זיי דאַרפֿן אַרויסגיין אין בית־כּסא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.