דער ישׂראלדיקער גענעראַל יגאל אלון האָט געזאָגט, אַז אַ פֿאָלק וואָס קען נישט זײַן פֿאַרגאַנגענהײט, האָט אַן אָרעמע איצטיקע צײַט און אַ פֿאַרנעפּלטע צוקונפֿט. אויב אַזוי איז די „איסלאַמישע מדינה‟ טאַקע אָרעם, ווײַל זי פֿירט אַן אַקציע פֿון צעשטערן די געשיכטע פֿון מיטל-מיזרח. פֿאַר דער איסלאַמישער מדינה איז נישט גענוג, אַז די גאַנצע וועלט זאָל געהערן צו די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן; די פֿאַרגאַנגענהײט מוז געהערן צו זיי אויך.
די „איסלאַמישע מדינה‟ האָט נישט אויסגעטראַכט די סיסטעם פֿון צעשטערן מאָנומענטן פֿון דער „עבֿודה־זרהדיקער‟ געשיכטע. זי איז אַן אַנטוויקלונג פֿון „אַל-קײַעדאַ‟, וואָס איז אַליין געווען אַנטוישט פֿון דעם, וואָס די וואַהאַביסטן אין סאַודיע האָבן אויסגענוצט איסלאַם, כּדי צו דינען דער סאַודישער רעגירונג, אָנשטאָט זי צו באַגרענעצן. אין דער טעאָלאָגיע פֿון די וואַהאַביסטן זײַנען די היסטאָרישע מאָנומענטן אַ סאָרט עבֿודה־זרה, וואָס הייסט, „שירק‟. שירק, מיינט צו שאַפֿן אַ שײַכות צווישן גאָט און עפּעס, וואָס איז נישט גאָט. ווי אַ בײַשפּיל, האָבן די סאַודן אַליין צעשטערט די מוסולמענישע קבֿרים אין מעקאַ פֿון נבֿיא מוכאַמעדס צײַטן.
סאַודיע איז פֿאָרט אַנדערש פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟; די סיבה דערפֿון, וואָס סאַודיע צעשטערט די היסטאָרישע בנינים איז, ווײַל מען וויל בויען אויף זייער אָרט עפּעס מער מאָדערן. די „איסלאַמישע מדינה‟ צעשטערט די אַרכעאָלאָגישע אַנטיקן ווי אַ פּאָליטישן אָנזאָג. קודם-כּל, איז דאָס אַן אָנזאָג צו די מענטשן, וואָס געהערן נישט צו דעם איסלאַם פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟, דהײַנו: „פּונקט ווי מיר צעשטערן די געטער פֿון אַמאָל מיט האַמערס און באָמבעס, וועלן מיר אויך אײַך אומברענגען.‟
אין איסלאַם רופֿט מען די תּקופֿה פֿאַרן איסלאַם „דזשאַהאַליע‟; דאָס וואָרט מיינט, „אומוויסנקייט‟ אָדער מער פּינקטלעך, „עם-הארצות‟. דער ציל פֿון איסלאַם איז צו שאַפֿן אַן „אומאַ‟ אָדער אַ פֿאָלק פֿון מענטשן, וואָס גלייבן אין גאָט און אין מוכאַמעד. די אַרכעאָלאָגיע פֿון איראַק שפּילט אַ וויכטיקער ראָלע אינעם שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע אידענטיטעט. לויט דער איסלאַמישער מדינה, איז אַזאַ געשיכטע אַ ליגן פֿון דער מערבֿדיקער וועלט, אַ מין עבֿודה־זרה, און אויכעט אַ מניעה צו דעם חלום פֿון אַ וועלט-„אומאַ‟.
די געשעענישן זײַנען אַ טראַגעדיע נישט בלויז פֿאַר סיריע און איראַק, נאָר אויך פֿאַר די ייִדן, וואָס פֿאַר אונדז האָט מעסאָפּאָטאַמיע געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע, וואָס איז נישט ווייניקער וויכטיק ווי די ראָלע פֿון מצרים. די „איסלאַמישע מדינה‟ האָט צעשטערט די ווענט פֿון נינווה, די גרויסע שטאָט, וווּ יונה הנבֿיא האָט געזאָגט זײַן נבֿיאות צו די געפֿערלעכע שׂונאים פֿון עם־ישׂראל. אַגבֿ, האָט די „איסלאַמישע מדינה‟ מיט אַ יאָר פֿריִער צעשטערט דעם מעטשעט איבערן קבֿר פֿון יונה־הנבֿיא, ווי אויך איינעם פֿון די פּאָטענציעלע קבֿרים פֿון דניאל־הנבֿיא.
מעסאָפּאָטאַמיע איז אַפֿילו וויכטיקער, אויב מיר ווילן פֿאַרשטיין די קלייניקייטן אין דער ייִדישער געשיכטע. די איסלאַמישע מדינה האָט צעשטערט די שטאָט „נמרוד‟, וואָס די אַראַבער האָבן גערופֿן אויפֿן נאָמען פֿונעם מלך פֿון די תּנ”כישע מעשׂיות פֿון אַבֿרהם אַבֿינו. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז נישט געווען די הויפּט-שטאָט פֿונעם מלך. די אַרכעאָלאָגן מיינען, אַז די שטאָט איז געווען כּלח, וואָס איר נאָמען ווערט דערמאָנען אין תּנ״ך צוזאַמען מיט נמרוד.
אַפֿילו אין דער ייִדישער שפּראַך קען מען געפֿינען ווערטער, וואָס קומען פֿון אָט די געזעלשאַפֿטן. אפֿשר האָט איר געלייענט אין אַ צײַטונג, אַז די „איסלאַמישע מדינה‟ האָט צעשטערט די סטאַטועס פֿון די „לאַמאַסוס‟ בײַ די טויערן פֿון די שטעט. לאַמאַסו איז אַן אַסיריש וואָרט פֿאַר אַ מין געטער, וואָס די אַקאַדן האָבן זיי גערופֿן „שעדו‟. פֿון דאַנען קומט צו אונדז דאָס העברעיִשע (און ייִדישע) וואָרט, „שד‟.
איך געדענק, ווי בשעת אַ געשפּרעך מיט אַן איראַקישן קאָלעגע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין איראַק, האָט ער מיך געפֿרעגט: ווי אַזוי זײַנען די ייִדן אַהין אָנגעקומען. האָב איך אים געענטפֿערט, אַז מיר זײַנען אָנגעקומען ווי שקלאַפֿן, און ער האָט אויף דעם רעאַגירט: „יאָ, טראָגנדיק אויף די הענט מײַנע אָבֿות!‟ מיט מער ווי 2,500 יאָר נאָכן חורבן פֿונעם בית-המקדש, איז דאָס געווען אַ קלוגער וויץ, און אויך אַ סימבאָל פֿון אונדזער געמיינזאַמער געשיכטע. איצט וויל די „איסלאַמישע מדינה‟ צעשטערן אַלע סימנים פֿון אָט דער אוראַלטער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.