ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Facebook

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published July 14, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אַנטיסעמיטישער „טװיט“ פֿון אַ ספּאָרטלער

דער ספּאָרטלער דזשעריד הײן, װאָס שפּילט פֿאַר דער ראָגבי־ליגע אין ניו־סאַוט װײלס, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט צװײ באַזונדערע „טװיטן‟, אין װעלכע ער באַשולדיקט ייִדן אין דערהרגענען ישו הנצרי. אַ פֿאָרשטײער פֿון דער קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס האָט געטאַדלט זײַנע װערטער זאָגנדיק, אַז „די באַשולדיקונג איז אַ ליגן, װאָס דער װאַטיקאַן האָט אָפּגעזאָגט מיט 50 יאָר צוריק‟. ער האָט אױך געזאָגט, אַז עס איז אַ שאָד, װאָס עס זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, װעלכע גלײבן אין דעם שקר; און אַז עס איז אַנטױשנדיק, אַז אַזאַ באַרימטער ספּאָרטלער װי הײן חזרט אים איבער. די אַנטי־דעפֿאָמאַציע-ליגע פֿון „בני־ברית‟ האָט געפֿאָדערט, אַז הײן זאָל זיך אַנטשולדיקן, און געבן זײַנע אָנהענגער צו פֿאַרשטײן, אַז די באַשולדיקונג איז אַ שקר. דער ספּאָרטלער אַלײן האָט נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם ענין.

אַ נײַער ראַט און נײַע עצה-געבערס פֿאַר דער מעלבורנער ישיבֿה

דער נײַער אױספֿיר-קאָמיטעט פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער, װאָס באַשטײט פֿון אָנגעזעענע געשעפֿטס־לײַט, מיטאַרבעטער פֿונעם ישיבֿה-צענטער און פּראָפֿעסיאָנאַלן, האָט געמאָלדן, אַז ער שטיצט אונטער דעם איצטיקן פֿאַרװאַלטער פֿון דער ישיבֿהס טאָגשול, הרבֿ יהושע שמוקלער. זײַנע מיטגלידער זאָגן, אַז זײערע צילן, ביז אַ נײַער קאָמיטעט װעט דערװײלט װערן אױף דער יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג אין 6 חדשים אַרום, זײַנען מיטצואַרבעטן מיט דער געזעלשאַפֿט, אײַנאָרדענען קאָמפּענסאַציע פֿאַר די געװעזענע תּלמידים, װעלכע האָבן געליטן סעקסואַלע מיסברױכן, אָנצופֿירן מיט דער טאָגשול און אָנצוהײבן װיכטיקע בױ־פּראָיעקטן בײַ דער טאָגשול.

זײ האָבן אױך געמאָלדן, אַז דער געװעזענער פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִדישער טאָגשול אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד, און די געװעזענע פֿאַרװאַלטערין פֿונעם ביאַליק־קאָלעדזש אין מעלבורן װעלן דינען װי דערציִערישע עצה־געבערס פֿאַר הרבֿ שמוקלער. דער קאָמפּענסאַציע־פּלאַן װעט זײַן אײַנגעפֿירט לױט די עצות פֿון דער קיניגלעכער קאָמיסיע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.