(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס מאַכט מיר, אָבער, יאָ זייער נערוועז, איז דער אופֿן ווי אַזוי מע לערנט די תּקנות וועגן קליידער, און ווי אַזוי מע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון זיי. כאָטש די קאַמפּאַניע זאָגט גאָרניט ספּעציפֿיש וועגן סעקסואַליטעט, קען מען דערקענען פֿון די קאָמענטאַרן אויפֿן אַרטיקל, אַז מע באַטראַכט דאָס טראָגן צניעותדיקע קליידער ווי אַן אופֿן זיך צו פֿאַרהיטן קעגן דעם, אַז בײַ די מענער, וואָס באַקוקן צופֿעליק אַ מיידל, זאָלן חלילה ניט אַרויסקומען קיין סעקסועלע געדאַנקען אָדער תּאוות. איין קאָמענטאַטאָר האָט אַפֿילו דערקלערט, אַז אויב אַ מאַן ווערט „באַגײַסטערט‟ צוליב דעם, וואָס אַ פֿרוי טראָגט די ניט־פּאַסיקע קליידער, הייסט עס, אַז זי טראָגט אַ טייל פֿון דעם אַחריות פֿאַרן זינד.
אַזאַ צוגאַנג איז באמת געפֿערלעך. כאָטש לויטן חרדישן שטאַנדפּונקט זענען די פֿרויען, וואָס טראָגן גאָר צניעותדיקע קליידער, ווייניקער סעקסועליזירט ווי אַ פֿרוי, וואָס גייט אָנגעטאָן אין אַ „ביקיני‟, ווערט דער פֿרויס קערפּער דווקא מער סעקסועליזירט, ווען מע לערנט זי, אַז אַפֿילו דאָס אָנווײַזן אַ קני אָדער עלגנבויגן קען אַרויסרופֿן תּאווה בײַ מענער. אַ קערפּער, אַפֿילו פֿון אַ נאַקעטער פֿרוי, איז בעצם ניט עפּעס, וואָס איז סעקסועליזירט. דער סעקסועלער אַספּעקט באַשטייט אין דעם, וואָס עס קומט אפֿשר אין זינען עמעצער, וואָס זאָל קוקן אויף איר. דאָס וואָס מע לערנט קליינע קינדער — אָדער אָפֿן געזאָגט אָדער ניט־דערזאָגט — אַז זייערע קערפּערס זענען בעצם טומאהדיקע זאַכן, וואָס מע דאַרף תּמיד האַלטן באַדעקט, און אויב ניט — וועלן אפֿשר פּאַסירן אומגליקן בײַ אומשולדיקע שכנים, איז זייער פּראָבלעמאַטיש.
ערשטנס, אויב אַ מאַן זעט אַ קינד פֿון 3 יאָר און טראַכט, חלילה, וועגן סעקס, זענען דאָ פּראָבלעמען, וועלכע זענען אַ סך ערגער ווי סתּם די קליידער, וואָס דאָס מיידעלע טראָגט. קיין מיידל וואָס לײַדט, חלילה, פֿון אַזאַ מין אויפֿמערק פֿון אַ דערוואַקסענעם מאַן, זאָל ניט אָנהייבן מיינען, אַז זי אַליין איז שולדיק. אַזאַ שולד־געפֿיל און זעלבסט־באַשולדיקונג מאַכט נאָך ערגער די סיטואַציע. דאָס זעלביקע איז אויך שײך עלטערע מיידלעך און פֿרויען. זיי זענען ניט שולדיק, וואָס אַ מאַן קאָן אײַנפֿאַלן קוקנדיק אויף איר. דאָס אחריות ליגט אין גאַנצן אויפֿן מאַן, ניט אויף דער פֿרוי.
צווייטנס, אַז מע לערנט קליינע קינדער, אַז טראַגעדיעס פּאַסירן אפֿשר צוליב דעם, וואָס דאָס קלייד איז געווען צו קורץ, וועלן זיי אפֿשר זיך אַליין באַשולדיקן פֿאַר אַלע מינים פּראָבלעמען אויף דער וועלט. דאָס קען ממש אָנוואַרפֿן אַ שרעק אויפֿן קינד, וואָס קען דערפֿירן צו אַן עכטער טראַוומע. דער אמת איז, אַז עס פּאַסירן אַ מאָל טראַגעדיעס און ס׳איז אַמאָל פּשוט ניטאָ קיין קלאָרע סיבות, מיט וועלכער מע קען דערקלערן פֿאַר וואָס זיי קומען פֿאָר. אַ יונג מיידל, וואָס הערט וועגן אַ שכן, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען אין אַן אַקצידענט, דאַרף ניט טראַכטן, אַז דער אומגליק איז געשען צוליב דער לענג פֿון איר קלייד.
דאָס אַלץ הייסט ניט, אַז דער באַגריף פֿון „צניעות‟ און דאָס טראָגן קאָנסערוואַטיווע קליידער איז בעצם שלעכט. מע קען לערנען קינדער צו זײַן באַשיידן, צו טראָגן קליידער, וואָס פֿאַרדעקן דעם קערפּער און ציִען ניט צו דעם אויפֿמערק פֿון פֿאַרבײַגייער אָן לערנען זיי, אַז דער קערפּער איז אַ טומאהדיקע זאַך, וואָס מע דאַרף באַהאַלטן. מע קען דאָס אויך לערנען אָן סטראַשונקעס אָדער זיי אונטערקויפֿן מיט אײַזקרעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.