אַ געפֿערלעכע צניעות־קאַמפּאַניע

A Dangerous Modesty Campaign

Yehuda Blum

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

צניעות איז שוין אַן אַלטער באַגריף בײַ ייִדן, אַן עיקרדיקער פּרינציפּ פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער, אָבער וואָס עס באַטײַט פּינקטלעך, צו זײַן „צניעותדיק‟ האַלט זיך כּסדר אין איין בײַטן. אַזוי ווי ס׳רובֿ אַספּעקטן פֿון ייִדישקייט איז אויך דער אויסטײַטש הײַנט פֿונעם באַגריף „צניעות‟ אַ סך מער עקסטרעם בײַ די פֿרומע ייִדן, ווי ער איז אַמאָל געווען. כאָטש „צניעות‟ דאַרף אויך אַרײַננעמען ווי אַזוי מע רעדט און ווי אַזוי מע פֿירט זיך, לייגן הײַנט די פֿרומע דעם טראָפּ אויף די קליידער, וואָס עס טראָגן די פֿרויען און מיידלעך. דערצו הערט מען יעדן זומער וועגן נײַע כּללים, רעגולאַציעס און אָנווײַזונגען, וועלכע גיבן איבער, וואָס פֿאַר אַ מין קליידער די פֿרומע פֿרויען מעגן טראָגן, די גרייס און פֿאַרבן.

לעצטנס, האָט מען אַרומגערעדט אַ נײַעם „קול־קורא‟ פֿונעם סאַטמאַרער רבֿ אַהרן טײַטלבוים אויפֿן חסידישן וועבזײַטל „קאַווע־שטיבל‟, וואָס גיט דײַטלעכע אָנווײַזונגען, לויטן לעצטן פּסק־דין פֿון אַ סאַטמאַרער דיין. לויטן פּסק, מוזן די קליידער דערגרייכן פֿון 5 ביז 7 אינטשעס אונטער די קני פֿאַר ברייטערע בגדים, און נאָך ווײַטער פֿאַר שמעלערע. ווי עס גיבן טאַקע איבער די חסידישע קאָמענטאַטאָרן אויף „קאַווע־שטיבל‟, האָבן ס׳רובֿ חסידישע פֿרויען מיט אַ דור צוריק געטראָגן קליידער, וואָס זייער לענג איז געווען ביז די קני און אַפֿילו אַ ביסל העכער. דער סאַמע דערשטוינדיקער טייל פֿונעם פּסק־דין איז, אָבער, ניט די לענג פֿון די קליידער, וואָס מע וויל, אַז אַלע ערלעכע ייִדישע טעכטער זאָלן טראָגן, נאָר ווי יונג עס זענען טאַקע יענע ייִדישע טעכטער: דער נײַער פּסק איז כּולל אַלע מיידלעך, אָנהייבנדיק פֿון דרײַ יאָר.

דער ענין צניעות און די לענג פֿון קליידער זענען איצט ניט בלויז אויף דער צונג בײַ די סאַטמאַרער חסידים אין קרית־יואל, נאָר אויך בײַ די ליובאַוויטשער אין „קראַון־הײַטס‟. פֿאַראַכטאָגן האָט דאָס נײַעס־וועבזײַטל COL LIVE, וואָס דינט דער חב׳׳ד־קהילה אין ברוקלין און ישׂראל, אַרויפֿגעשטעלט אַ באַריכט וועגן אַ נײַער קאַמפּאַניע, וואָס איר ציל איז צו „פֿאַרמערן דאָס צניעות אין ׳קראַון־הײַטס׳, כּדי זוכה צו זײַן די פֿאָרזיכטיקייט פֿון אונדזער קהילה במשך פֿון די זומערדיקע חדשים‟. די קאַמפּאַניע, מיטן נאָמען „פּראָיעקט עדן: עסט אײַזקרעם און פֿאַרטיידיקט איצט ארץ־ישׂראל און עם־ישׂראל‟, גיט די מיידלעך אין עלטער צווישן 3 יאָר און דער בת־מצווה, קופּאָנען, מיט וועלכע זיי קענען קריגן אומזיסטן אײַזקרעם, אויב זיי טראָגן די פּאַסיקע קליידער. אַזוי אַרום, האַלטן די אָנפֿירער פֿונעם „פּראָיעקט־עדן‟, וועלן די מיידלעך העלפֿן „אָפּצוהיטן כּלל־ישׂראל‟, ווײַל „ווי דער רבי האָט געזאָגט, איז צניעות אַ קריטישער פּונקט; עס איז דער מויער, וואָס שיצט כּלל־ישׂראל‟.

ס׳איז דאָ זייער אַ סך, וואָס מע וואָלט געקענט אַנאַליזירן און אַרויסנעמען פֿון דעם אַלעם. איידער איך הייב אָן איבערצוגעבן מײַנע פּערזענלעכע געפֿילן לגבי דער איצטיקער קאַמפּאַניע און צניעות בכלל, וויל איך דערקלערן און אונטערשטרײַכן, אַז פּערזענלעך ווי אַ וועלטלעכער ייִד, האָב איך ניט קיין טענות צו די קאָנסערוואַטיווע קליידער. פֿאַרקערט, איך האַלט, אַז ס׳זאָל זײַן דאָס רעכט פֿון יעדער פֿרוי צו טראָגן די קליידער, וואָס זענען איר באַקוועם, און אויב אַ קהילה האַלט, אַז לאַנגע ספּודניצעס און אַרבל, וואָס דעקן איבער די עלגנבויגנס, זענען מער פּאַסיק פֿאַר פֿרויען און מיידלעך, איז אַדרבה. עס שאַט קיינעם ניט!