קיִעװ — אַ רוסיש־אוקראַיִניש־ייִדישע פּראָבלעם

Kiev — A Russian-Ukrainian-Jewish Problem


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די געשיכטע פֿון די קיִעװער ייִדן האָט געגעבן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר ליטעראַטור אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. אין די לעצטע צענדליק יאָר זײַנען אַרױס אַ רײ ליטעראַרישע װערק, װאָס כּסדר באַזירן זיך אױף אױטאָביאָגראַפֿישער דערפֿאַרונג. די מחברים זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער דער גאַנצער װעלט, אָבער זײער זכּרון און כּוח־הדמיון ברענגט זײ כּסדר צוריק אין דער שטאָט פֿון זײער יוגנט. דער ייִדישער קיִעװ איז הײַנט די צענטראַלע טעמע פֿונעם יערלעכן אַלמאַנאַך „יעהופּעץ‟, און די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אױך אינעם זשורנאַל „קרעשטשאַטיק‟, װאָס גײט אַרױס אױף רוסיש אין דײַטשלאַנד.

הגם רוסיש בלײַבט עד־היום די הױפּטשפּראַך פֿון קיִעװער ייִדן, האָט די נײַע אַגרעסיװע אַנטי־אוקראַיִנישע פּראָפּאַגאַנדע אין רוסלאַנד גורם געװען אַ שפּאַלטונג צװישן די רוסישע און אוקראַיִנישע ייִדן. עס גײט ניט סתּם װעגן דעם, װאָס דאָס רובֿ אָנפֿירער פֿון אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד זײַנען פֿאַרברענטע פּוטיניסטן. די צרה איז, װאָס אוקראַיִנע בכלל און דאָס אוקראַיִנישע ייִדנטום בפֿרט װערן בהדרגה נעלם פֿונעם רוסישן קולטורעלן האָריזאָנט. אַפֿילו די לעצטע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, װאָס האָבן באַהאַנדלט ברײטע קולטורעלע און היסטאָרישע טעמעס, אַזעלכע װי די צװײטע װעלט־מלחמה אָדער די סאָװעטישע פּאָליטיק, פֿאַרמײַדן די אוקראַיִנישע טעמעס. דאָס רובֿ ביכער װעגן אוקראַיִנע אין די מאָסקװער ביכער־קראָמען זײַנען אָנגעפֿילט מיט שׂינאה און ליגן.

אַזױ אַרום באַקומט אַן אָביעקטיװער קוק אױף אוקראַיִניש־ייִדישער פּראָבלעמאַטיק אַ געװיסן דיסידענטישן בײַטעם אין דעם הײַנטיקן רוסלאַנד. דער שרײַבער אַלכּסנדר געניס, װאָס האָט אימיגרירט קײן אַמעריקע אין די 1970ער און האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע לעבעדיקע ביכער װעגן אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט שטיקלעך זכרונות װעגן זײַנע קיִעווער קינדער־יאָרן אין די 1960ער יאָרן, נאָך אײדער מען האָט חרובֿ געמאַכט די אַלטע שטיבער, און זײערע אײַנוווינער האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין נײַע גרױסע דירה־הײַזער. זײַנע זכרונות האָבן זיך באַװיזן טאַקע אין דער אײנציקער מאָסקװער צײַטונג, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן פּוטינס פּאָליטיק. אין הײַנטיקן רוסלאַנד װערט די ייִדישע געשיכטע גלײַך פּראָבלעמאַטיש, װען זי באַרירט נאָר אוקראַיִנע. אַזױ װי אין די אַלטע צײַטן, װערט קיִעװ באַטראַכט װי אַ צד־שכּנגד פֿון מאָסקװע, און דער אױפֿגעװעקטער אַלטער קאָנפֿליקט צװישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע באַקומט אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אױף דער ייִדישער גאַס.