אין דער צאַרישער צײַט איז די שטאָט קיִעװ געװען אַ יוצא־דופֿן צװישן אַלע רוסישע שטעט. קיִעװ איז געלעגן אינעם סאַמע טיפֿעניש פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, אָבער ביזן סוף־1850ער יאָרן איז זי געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן.
אַפֿילו װען די רוסישע רעגירונג האָט טײלװײַז געעפֿנט קיִעװ פֿאַר ייִדן, זײַנען דאָ געװען כּלערלײ לעגאַלע באַגרענעצונגען. אין די בעסטע טײלן, װאָס ליגן אױפֿן הױכן ברעג פֿונעם טײַך דניעפּער, האָבן געמעגט װױנען בלױז סוחרים פֿון דער ערשטער גילדיע. אונטן, אױף „פּאָדאָל‟, האָבן געלעבט קלענערע סוחרים און בעלי־מלאכות, אָבער פֿאַר פּראָסטע ייִדן איז די גאַנצע שטאָט קיִעװ געװען פֿאַרמאַכט. אין די אַרומיקע פֿאָרשטאָטישע געגנטן האָבן זיך באַזעצט אַ היפּשע צאָל ייִדן, װאָס האָבן געפֿירט געשעפֿטן אין דער שטאָט, נאָר ניט געהאַט קײן רעכט איבערצונעכטיקן דאָרט.
ייִדישע שרײַבער, אַזעלכע װי יחזקיאל קאָטיק און שלום־עליכם האָבן איבערגעלאָזט זאַפֿטיקע שילדערונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין קיִעװ. די רוסישע פּאָליצײ האָט כּמעט יעדע נאַכט געמאַכט „אָבלאַװעס‟ אױף ייִדישע אַכסניות און קרעטשמעס, כּדי צו כאַפּן די „אומלעגאַלע‟ געסט. געװײנטלעך, האָט מען דערלײזט דעם ענין מיט כאַבאַר. אַזױ איז דאָס ייִדישע לעבן אין קיִעװ קײן מאָל ניט געװען זיכער. און אַפֿילו די סאַמע רײַכסטע גבֿירים, אַזעלכע װי בראָדסקי און זײַצעװ, זײַנען ניט געװען אין גאַנצן פֿאַרזיכערט פֿון פּאָגראָמען.
ניט געקוקט אױף די אַלע צרות, איז דאָס ייִדישע לעבן אין קיִעװ געװען זײער דינאַמיש, סײַ פֿאַר און סײַ נאָך דער רעװאָלוציע. די קאָנטאַקטן צװישן ייִדישע, רוסישע און אוקראַיִנישע קינסטלער און ליטעראַטן זײַנען געװען גאַנץ אַקטיװ. פֿון דעם איז אױסגעװאַקסן די אָריגינעלע מאָדערנע ייִדישע דיכטונג, גראַפֿיק און טעאַטער. קיִעװ האָט אָפּגעהיט איר חשיבֿות אױך אין דער סאָװעטישער צײַט, װען די שטאָט איז געװאָרן דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור און װיסנשאַפֿט.
דער אומקער פֿון ייִדן קײן קיִעװ נאָכן חורבן איז געװען פֿול מיט דראַמאַטישע איבערלעבונגען. מען האָט זיך דערװוּסט וועגן דער טראַגישער געשיכטע פֿון באַבי־יאַר, אָבער דער ייִדישער חורבן איז ניט געװען אָפֿיציעל אָנערקענט דורך דער סאָװעטישער מאַכט. בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז שטאַרק געװאַקסן דער אַנטיסעמיטיזם צװישן דער אָרטיקער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג, אָבער די סאָװעטישע פֿירערשאַפֿט האָט ניט געהאַט קײן סך חשק צו העלפֿן די ייִדן, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט און פֿון דער עװאַקואַציע, צו קריגן צוריק זײערע דירות און האָב־און־גוטס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.