בעת מײַן אַנומלטיקער זומער־נסיעה קיין פֿראַנקרײַך, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן זיך אַרײַנצוכאַפּן אויף אַ פּאָר טעג, אינמיטן דעם וועג אַהין און צוריק, אין אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנט לאַנד — מאַראָקאָ.
אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל, האָב איך באַמערקט, אַז אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן פֿראַנקרײַך האָבן ייִדן שוין געוווינט, אין אַ טייל ערטער, מיט איבער 2000 יאָר צוריק. הגם די פֿראַנצויזישע ייִדישע גאונים האָבן געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון ייִדישקייט בכלל און אינעם אויפֿקום פֿון דער אייגנאַרטיקער אַשכּנזישער טראַדיציע, האָבן די ייִדן אינעם מיטל־עלטערלעכן פֿראַנקרײַך נישט געלעקט קיין האָניק. אין דער קעגנזעצלעכער זײַט פֿונעם מיטל־לענדישן ים געפֿינט זיך אָבער אַ גרויסער ראַיאָן, וווּ דאָס ייִדישע לעבן האָט געבליט מיט הונדערטער יאָר איידער די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אייראָפּע, און וווּ די ייִדן זענען פֿון קדמונים אָן געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם אָרטיקן קולטור־לאַנדשאַפֿט און האָבן, בדרך־כּלל, נישט געליטן פֿון ערנסטן אַנטיסעמיטיזם.
קאַסאַבלאַנקע איז זייער אַ פֿרײַנדלעכע, שיינע און פֿריילעכע שטאָט. אַרומשפּאַצירנדיק, פֿרום אָנגעטון בײַטאָג און בײַנאַכט, אויף די קאַסאַבלאַנקער גאַסן, האָב איך אויסגעהערט מער באַגריסונגען אויף העברעיִש מצד צופֿעליקע הענדלער און פֿאַרבײַגייער, ווי אין מײַן גאַנץ לעבן. אַפֿילו די פּאָליציאַנטן זענען פֿרײַנדלעך און נײַגעריק צו כאַפּן אַ שמועס מיט אַן אויסלענדער און צו העלפֿן עפּעס צו געפֿינען אויף דער מאַפּע. דער איינציקער אומאָנגענעמער עלעמענט זענען די אומצאָליקע בעטלער, צוליב וועלכע מע מוז גוט היטן די זעקלעך און קעשענעס.
דאָס וואָרט „מדינה‟ קאָן אויפֿן קלאַסישן לשון־קודש מיינען סײַ אַ לאַנד אָדער אַ געגנט, סײַ אַ שטאָט. אויף אַראַביש מיינט עס דווקא אַ שטאָט. אין אַ סך צפֿון־אַפֿריקאַנער שטעט געפֿינט זיך אַן אייגענע „אַלטע מדינה‟ — דער היסטאָרישער פֿעסטונג־קוואַרטאַל. ווען מיר, איך און מײַן ווײַב, זענען אַרײַנגעקומען אין די טויערן פֿונעם מיטל־עלטערלעכן ראַיאָן, באַצוימט מיט הויכע מויערן, האָבן זיך צו אונדז עטלעכע מענטשן תּיכף געווענדט מיט „שלום־עליכם‟ און גרוסן אויף אַראַביש און פֿראַנצויזיש.
דערנאָך, איז איינער אַ יונגערמאַן צוגעקומען צו מיר, וואַרעם באַגריסט און געפֿרעגט אויף ענגליש: „תּל-אָבֿיבֿ? חיפֿה? כ׳האָב אַ גוטע סחורה פֿאַר דיר. זאַפֿרען און אַנדערע מינים געווירצן — זייער גוטע פּרײַזן‟. ווען איך האָב געענטפֿערט, אַז איך קום פֿון ניו־יאָרק, האָט ער זיך אַ ביסל פֿאַרחידושט. די ישׂראלדיקע טוריסטן באַווײַזן זיך טאַקע יאָ אין מאַראָקאָ; איינעם, אַ פֿרומען ייִד, האָב איך שוין באַמערקט אינעם עראָפּלאַן. ווען איך האָב געזאָגט אַן אַנדער סוחר, אַז איך קום לכתּחילה פֿון רוסלאַנד, האָט ער באַמערקט, אַז ער קען אַ פּאָר רוסישע ווערטער, בתוכם „שאַלטײַ־באָלטײַ‟. אַזוי הייסט אויף רוסיש, אין דער קלאַסישער איבערזעצונג פֿון שמואל מהרש״ק (סאַמויִל מאַרשאַק), דער ענגלישער „האָמפּטי־דאָמפּטי‟, דער באַקאַנטער פּערסאָנאָזש פֿון פֿאָלק־גראַמען פֿאַר קינדער.
אין איין שעה, אינעם לאַבירינט פֿון שמאָלע געסלעך אין דער אַלטער שטאָט, האָב איך אויסגעהערט „ברוך הבאָ! ברוך אַתּה! שנה טובֿה! Welcome to Morocco!‟ און כּלערליי אַנדערע באַגריסונגען. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די פֿראַזע „אַלאַהו אַקבאַר‟, וואָס אין דער מערבֿדיקער פּרעסע ווערט כּסדר אַסאָציִיִרט מיט טעראָר, מיינט פּשוט „גאָט איז גרויס‟, און ווערט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע גאַנץ פֿרידלעכע סיטואַציעס — למשל, כּדי צו שנאָרן געלט און אַפֿילו צו פֿלירטעווען. מיט אַזאַ חידושדיקן באַנוץ האָב איך זיך געטראָפֿן אויף די קאַסאַבלאַנקער גאַס שפּעט בײַנאַכט.
אַ גרויסער טייל פֿון דער אַלטער שטאָט און די אַרומיקע געגנטן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בונטן מיזרחדיקן באַזאַר, וווּ מע קאָן, ווי עס זעט אויס, געפֿינען ממש אַלץ. דאָס דינגען זיך מיט די סוחרים, אָנקניפּנדיק מיט זיי אַ שמועס, איז אַ וויכטיקער טייל פֿונעם אָרטיקן עטיקעט. ס׳רובֿ מאַראָקאַנער קענען גאַנץ גוט פֿראַנצויזיש, הגם צווישן דעם יונגן דור טרעפֿן זיך גענוג אַזעלכע, וואָס רעדן רק אַראַביש. ענגליש־רעדער איז אַ סך שווערער צו טרעפֿן.
דער עלטסטער מעטשעט אין דער שטאָט, פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, געפֿינט זיך אין דער „מדינה‟. דעם גרויסן וועלט־באַרימטן שטאָטישן מעטשעט האָט דער קיניג כאַסאַן דער צווייטער אויפֿגעשטעלט אויפֿן ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן אינעם יאָר 1991. בײַנאַכט, נאָכן טעגלעכן ראַמאַדאַן־תּענית, פֿאַרזאַמלען זיך דאָרטן אַ סך טויזנטער מענטשן. דער מעטשעט, דער זיבן־גרעסטער אין דער וועלט, איז אויסגעשטאַט מיטן וועלט־גרעסטן 210־מעטערדיקן מינאַרעט, וואָס פֿון זײַן שפּיץ ווײַזט אַ גרינער לאַזער־שטראַל די ריכטונג צו מעקע. מײַן פֿרוי האָט באַזוכט די עזרת־נשים; הגם די מענער־סעקציע קאָן אַרײַננעמען 25,000 דאַוונער, איז עס געוואָרן אינגאַנצן פֿאַרפּאַקט נאָכן תּענית, און דער דרויסנדיקער הויף האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקן מעטשעט אונטערן פֿרײַען הימל. דער קיניג האָט בכּיוון באַשלאָסן אויפֿצושטעלן דעם קאָמפּלעקס אין אַזאַ שיין אָרט, כּדי די דאַוונעט זאָלן טראַכן וועגן די נפֿלאות־הבורא.
צווישן די טוריסטן, איז ראַמאַדאַן אַן אומפּאָפּולערע צײַט פֿאַר אַ וויזיט אין אַ מוסולמעניש לאַנד, ווײַל צוליב דעם טאָג־טעגלעכן חודש־לאַנגן פּעריאָד פֿון תּעניתים, שטייען אַלע שפּײַז־קראָמען און רעסטאָראַנען פֿאַרמאַכט, און אַ סך געשעפֿטן אַרבעטן אַבי ווי און אַבי ווען, לויט דעם אַזוי־גערופֿענעם, פֿאַקטיש צופֿעליקן, „ראַמאַדאַן־גראַפֿיק‟. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זיך דעמאָלט בעסער באַקענען מיטן אויטענטישן אָרטיקן לעבן, ווען אויף דער גאַס זענען כּמעט נישטאָ קיין אויסלענדער און די מוסולמענער פֿירן זיך אויף טראַדיציאָנעלער און פֿרומער, אין פֿאַרגלײַך מיט די איבעריקע חדשים. אין אַ לאַנד, וווּ 99 פּראָצענט תּושבֿים זענען מוסולמענער, באַציט זיך דער עולם זייער ערנסט צו ראַמאַדאַן־מינהגים. בײַנאַכט הייבט זיך אָן אויף שריט און טריט אַ גרויסע שׂימחה. עטלעכע גאַסטפֿרײַנדלעכע מאַראָקאַנער האָבן אונדז מכבד געווען נאָך זייער תּענית מיט פֿרוכטן און טיי.
דער מערבֿדיקער נאָמען פֿונעם לאַנד שטאַמט פֿונעם בערבערישן וואָרט „מוראַקוש‟ — „דאָס געטלעכע לאַנד‟. די מאַראָקאַנער ייִדן באַציִען זיך צו זייער היסטאָריש לאַנד אויך מיט אַ באַזונדער קדושה־געפֿיל, און פֿאַרגלײַכן די אומצאָליקע אָרטיקע קבֿרי־צדיקים און אַנדערע הייליקע מקומות מיט ירושלים. אויף אַראַביש הייסט אָבער דאָס לאַנד „מאַגריב‟. דער דאָזיקער נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „מערבֿ‟. אינעם ברייטערן זין, ווערט אַזוי אָנגערופֿן די גאַנצע אַראַביש־רעדנדיקע צפֿון־אַפֿריקע, אַחוץ עגיפּטן. אָפֿיציעל טראָגט אָבער הײַנט אַזאַ נאָמען דווקא מאַראָקאָ, וואָס געפֿינט זיך טאַקע אויפֿן סאַמע מערבֿדיקן עק פֿון דער אַראַבישער וועלט.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מאַראָקאַנער שטעט, טראָגט קאַסאַבלאַנקע אַ שפּאַניש־שטאַמיקן נאָמען, וואָס מיינט „דאָס ווײַסע הויז‟. אויף אַראַביש הייסט עס „אַד־דאַר אַל־בײַדאַ‟, און מיינט פּונקט דאָס זעלבע. ס׳רובֿ מאַראָקאַנער רופֿן אָבער די שטאָט פּשוט „קאַסאַ‟. נישט געקוקט אויף אַזאַ מאָדערנעם נאָמען, האָבן די בערבערן געשאַפֿן דאָרטן אַ ייִשובֿ מיט 3000 יאָר צוריק, און אינעם 8טן יאָרהונדערט איז עס שוין געווען אַ וועלט־באַרימטער פּאָרט.
אין דער „אַלטער מדינה‟ זענען נאָך געבליבן סימנים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, „מלח‟, אַרײַנגערעכנט דאָס הויז פֿונעם באַקאַנטן צדיק און מקובל, רבי חיים פּינטאָ „הקטן‟ — דאָס אייניקל פֿונעם מער באַרימטן רבי חיים פּינטאָ „הגדול‟ פֿון אַן אַנדער מאַראָקאַנער שטאָט, עסוויראַ. דאָס הויז באַזוכן כּסדר ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס קומען אַהין אָנצינדן ליכט און צו זאָגן תּפֿילין ווי אַ סגולה. ווען מיר האָבן געשמועסט מיטן אייניקל פֿונעם רבֿ, וועלכער הייסט אויך חיים פּינטאָ, זענען אין זײַן הויז אַרײַן דרײַ ייִדישע טוריסטן פֿון קאַנאַדע.
דער בעל־הבית האָט איבערגעגעבן, אַז די מוסולמענער ווייסן וועגן זײַן זיידן און באַציִען זיך צו אים מיט דרך־ארץ. אַ צופֿעליקער מוסולמענישער אײַנוווינער פֿונעם אַלטן קוואַרטאַל איז טאַקע שפּעטער צוגעקומען צו אונדז, דערמאָנט דעם דאָזיקן ייִדישן צדיק און דערציילט וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, ווען די פֿאָרשטייער פֿון ביידע רעליגיעס האָבן געוווינט פֿרײַנדלעך בשכנות אין דער „מדינה‟.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ריי אַנדערע אַראַבישע לענדער, האָט דער ישׂראל־אַראַבישער קאָנפֿליקט נישט גורם געווען די מאַראָקאַנער ייִדן קיין ערנסטע צרות, אַחוץ אַ קורצן עפּידאָז פֿון בלוטיקע אומרוען אין יולי 1948. די מאַראָקאַנער האָבן תּמיד באַטראַכט די ייִדן, און האַלטן נאָך אַלץ, פֿאַר פּונקט אַזאַ היימיש פֿאָלק, ווי פֿאַרשיידענע בערבערישע שבֿטים אָדער די מאָריסקאָס — אָפּשטאַמלינגען פֿון די אייראָפּעיִשע מוסולמענער, וועלכע זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע, צוזאַמען מיט די ייִדן בעת דעם גירוש־ספֿרד.
היסטאָריש גערעדט, איז די געשיכטע פֿון ייִדן טאַקע טיף פֿאַרבונדן מיט די בערבערן. נישט געקוקט אויף דער מאַסן־אימיגראַציע, איז אין מאַראָקאָ, בפֿרט אין קאַסאַבלאַנקע, פֿאַראַן נאָך אַלץ אַ ממשותדיקע אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילה. די ייִדישע געשיכטע פֿון מאַגריב גייט אָן ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.