ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

מעלעני לאַנדױ
Facebook
מעלעני לאַנדױ

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 20, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ מעלבורנער זײדע זוכט דעם נאָכװוּקס פֿון ביאַלע פּאָדאָלסק

בערעש אױערבאַך איז אַ מעלבורנער זײדע, װאָס איז געקומען קײן אױסטראַליע אין 1947, און ער איז אַ מיטגליד פֿון דער לאָקאַלער ביאַלע פּאַדאָלסקער לאַנדסמאַנשאַפֿט. ער איז געבױרן געװאָרן אין ביאַלע פּאָדאָלסק; אין צײַט פֿון חורבן איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער װאַרשעװער געטאָ און האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין דער פּאַרטיזאַנטקע. בײַם סוף פֿון דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַן הײמשטאָט, װוּ ער האָט געזען דעם חרובֿ געװאָרענעם בית־עולם, װעמענס מצבֿות זײַנען איבערגעניצעװעט געװאָרן װי ברוק אױף די לאָקאַלע װעגן.

אױערבאַך און אַן ערך 150 ייִדישע פֿרײַװיליקע אַרבעטער זײַנען געגאַנגען פֿון הױז צו הױז אין שטאָט. װוּ נאָר זײ האָבן געפֿונען ייִדישע מתים, האָבן זײ זײ געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל אױפֿן בית־עולם. זײ האָבן געבױט אַ מאָנומענט דאָרטן, כּדי אַלע זאָלן װיסן, אַז דאָרט ליגן ייִדישע קרבנות פֿון די נאַציס. מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער איז דער מאָנומענט צעשטערט געװאָרן אין מיטן דער נאַכט. די ייִדן האָבן געבױט אַ צװײטן מאָנומענט אױפֿן זעלבן אָרט, און דער צװײטער מאָנומענט איז אױך צעשטערט געװאָרן. די פּאָליצײ האָט נישט געזוכט די שולדיקע.

אױערבאַך, װאָס איז איצט אַלט 94 יאָר, האָט צוגעזאָגט די אַנדערע פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער פֿון ביאַלע פּאָדאָלסק, אַז ער װעט איבערגעבן זײערע אײניקלעך און אור־אײניקלעך װעגן זײערע באַמיִונגען, אַז דערמאָרדעטע לאַנדסלײַט זאָלן באַהאַנדלט װערן אױף אַ בכּבֿודיקן אופֿן. ער האָט פֿילמירט זײַן לעבנס־געשיכטע פֿאַרן מעלבורנער חורבן־צענטער און פֿאַרן „סטיװען שפּילבערגס װידעאָ און פֿילם־אַרכיװ‟. קאָפּיעס דערפֿון ליגן אױך בײַם „יד־ושם‟. אױערבאַך װיל, אַז די מעשׂה פֿון די ביאַלע פּאָדאָלסקער ייִדן זאָל פֿאַרעפֿנטלעכט װערן װאָס װײַטער, אַז דער נאָכװוּקס פֿון די לעבן־געבליבענע זאָל קענען די געשיכטע פֿון זײערע משפּחות.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.