די מעלבורנער ייִדישע פֿרױ מעלעני לאַנדױ, אַ לעקטאָר אין ייִדישע שטודיעס בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט, האָט באַקומען סמיכה װי אַ רבה בײַ דער ניו־יאָרקער אָרטאָדאָקסישער מהר״ת־ישיבֿה. זי איז די ערשטע פֿרױ אין דער דרומדיקער האַלב־װעלט, װאָס האָט פֿאַרדינט אַזאַ כּבֿוד, כאָטש עס זײַנען געװען פֿרױען ראַבײַס בײַ דער רעפֿאָרם־באַװעגונג אין אױסטראַליע זינט 1980. די מהר״ת־ישיבֿה איז די ערשטע, װאָס גיט סמיכה צו פֿרױען, כאָטש אַ רײ ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס טוען דאָס איצטער. אַ טײל פֿון די פֿרױען מיט סמיכה נוצן דעם טיטל „רבה‟. אַנדערע נוצן די טיטלען „מהר״ת‟ אָדער „מורהתינו‟.
נאָרמאַן שױלער װעט דינען דרײַ יאָר װי דער נײַער געהילף־פֿאָרזיצער פֿון דער „דרום־אױסטראַלישער קאָמיסיע פֿאַר מולטי-קולטורעלע און עטנישע ענינים‟. ער דינט שױן 17 יאָר אין דער קאָמיסיע, און דינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער קהילה פֿון דרום־אױסטראַליע זינט 1996. שױלער, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין ענגלאַנד און װאָס װױנט אין דער שטאָט עדעלײד, זאָגט, אַז ער װיל אַנטװיקלען די פֿאַרבינדונגען צװישן אױסטראַליע און די לענדער, פֿון װעלכע די נײַע אױסטראַליער שטאַמען. ער זאָגט, אַז ער האָפֿט, אַז דרום־אױסטראַליע װעט װערן אַ מער יושרדיקע געזעלשאַפֿט, אַז די שטאַטישע רעגירונג זאָל בעסער פֿאַרשטײן די שפּראַכן און די קולטורן פֿון אירע נײַע אױסטראַליער, װעלכע באַטרעפֿן מער װי אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג.
דער קאָנסערוואַטיװער בית־דין פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד האָט די װאָך געמאָלדן, אַז ער פֿאָלגט נאָך דעם באַשלוס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן בית־דין פֿון קאָנסערװאַטיװן יודאַיִזם און שטיצט אונטער די לאָקאַלע באַװעגונג אין אױסטראַליע צו ענדערן די פֿעדעראַלע געזעצן, כּדי צו דערלױבן, אַז צװײ דערװאַקסענע פֿונעם זעלבן געשלעכט זאָלן מעגן חתונה האָבן.
פּראָגרעסיװע ראַבײַס אין אױסטראַליע שטיצן אונטער פֿון פֿריִער די זעלבע לעגאַלע ענדערונגען. די אָרטאָדאָקסישע ועדי־הרבנים אין װיקטאָריע און ניו־סאַוט װײלס זאָגן, אַז זײ שטיצן װײַטער אונטער די תּנ”כישע דעפֿיניציע פֿון חתונה האָבן, און עצהן די רעגירונג נישט צו ענדערן דאָס געזעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.