כ׳זיץ אין סאַן-פֿראַנסיסקאָ אויפֿן וואַסער
וואַש די אויגן אויס מיט בלוי און מיט גרין
שיין אין סאַן-פֿראַנסיסקאָ אויפֿן וואַסער
איז וואָס זשע, אַז איך פֿיל זיך העט ווײַט? […]
איך האָב ליב זיך צו פֿאַרליבן אינעם קליינעם ארץ-ישׂראל,
דאָס הייסע און דאָס וווּנדערלעכע.
— אַריק אײַנשטיין, 1980 (פֿון העברעיִש: ע.מ.)
אײַנשטיינס ליד, געשאַפֿן מיט איבער 30 יאָר צוריק, איז זייער צוגעפּאַסט געווען צו יענעם דור ישׂראלים, וואָס האָט אויף זיך געטראָגן די שווערע ציוניסטישע משׂא. לויט די קאָנווענצן פֿון יענעם דור, דאַרף אַן עכטער ישׂראלי אייביק בלײַבן אויף דער טעריטאָריע פֿון זײַן געבוירן־אָרט. די ברירה פֿונעם פֿאַרלאָזן די מדינה האָט געקראָגן זייער אַ נעגאַטיוון אימאַזש. מע פֿלעגט זיך צו די געוועזענע ישׂראלים באַציִען מיט גרינגשאַצונג, זיי רופֿן „יורדים‟; אַנטלויפֿער פֿונעם ציוניסטישן שלאַכטפֿעלד, וועלכע האָבן געמאַכט ויבֿרח פֿון זייער איין-און-איינציקער היים. יצחק ראַבין האָט זיי גערופֿן „נפֿולת של נמושׁות‟ (אַן אַרויספֿאַל פֿון חלושים). בקיצור, אַבי זיי זאָלן זיך שעמען.
קומט אַ נײַער דור ישׂראלים, וואָס איז שוין אויפֿגעוואַקסן אין אַ פּאָסט-ציוניסטישער ישׂראל-סבֿיבֿה, און ער וויל זיך מער נישט פֿאַרענטפֿערן פֿאַר זײַן עמיגרירן. נאָך מער: ער זאָגט בריש-גלי, אַז דאָרט [אין ישׂראל] וויל ער נישט וווינען, און דאָ [אין חוץ-לאָרץ] האָט ער שוין פֿאַר זיך אויפֿגעבויט אַ נײַע היים. אויב מע דערוואַרט, זיי זאָלן זיך דערפֿאַר פֿאַרענטפֿערן, קען מען וואַרטן ביז משיח וועט קומען. דער צוגאַנג פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט האָט זיך צו זיי אויך מיט די יאָרן געענדערט. פּשוט גערעדט, ס’האָט זיך געביטן פֿון גנאַי צו נייטראַלקייט, געמישט צומאָל מיט קינאה. אַ נײַע ישׂראלישע דאָקומענטאַר-סעריע „Da Izraeliz‟ באַשעפֿטיקט זיך מיט דער געשיכטע פֿון די ישׂראלים אין צפֿון-אַמעריקע — אַ קהילה, וואָס ווערט גרעסער יעדעס יאָר מיט 15,000 נײַע „גרינע‟.
דער באַשאַפֿער פֿון דער סעריע הייסט ירון דקל, אַ ישׂראל־זשורנאַליסט, וואָס פֿלעגט זיך טרעפֿן מיט אַמעריקאַנער און קאַנאַדער ישׂראלים במשך פֿון זײַנע יאָרן ווי אַ קאָרעספּאָנדענט אין אַמעריקע. די סעריע איז פֿילמירט געוואָרן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, אַזוי אַז בײַם סוף פֿון יעדן קאַפּיטל גיט מען די דערהײַנטיקטע אינפֿאָרמאַציע וועגן די אינטערוויויִרטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.