נישט קיין זונשײַן ווען ר’איז אַוועק.
ס’איז ניט וואַרעם ווען ער איז ניטאָ.
ניט קיין זונשײַן ווען ר’איז אַוועק,
איז ער תּמיד אַוועק צו לאַנג, אַלע מאָל, אַז ער פֿאָרט אַוועק.
ניקיטאָווס נוסח פֿון ביל ווינטערס ליד Ain’t No Sunshine
אין יוני, בײַם אינטערנאַציאָנאַלן „קולטורפֿעסט‟ אין ניו־יאָרק, האָט איין לענדל געשיקט נישט איינעם, נאָר דרײַ פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קולטור, דרײַ זינגערינס פֿון ייִדישע לידער — לוסעט וואַן דען בערג, שורה ליפּאָווסקי און ניקי יאַקאָבס. יעדע זינגערין האָט, פֿאַרשטייט זיך, איר אייגענעם צוגאַנג און נוסח, און די דרײַ זענען גאַנץ אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער. ניקי יאַקאָבס, די מיזינקע, האָט געמאַכט אַ רושם אין ניו־יאָרק מיט איר נײַער פּראָגראַם פֿון פּאָפּולערע ענגלישע לידער, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. די דאָזיקע לידער קען מען הערן אויפֿן קאָמפּאַקטל „מאַמע־לשון‟ — Mameloshn.
יאַקאָבס האָט פֿריִער געהאַט אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל מיט פֿײַנע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז די נײַע רעקאָרדירונג אַ סורפּריז. זי זינגט אירע באַליבסטע „פּאָפּ‟־לידער אויף ייִדיש און האָפֿט דערמיט צוצוציִען אַ נײַעם יונגן עולם צו דער ייִדישער קולטור; איר ציל איז צו מאַכן מער לעבעדיק די שפּראַך און קולטור פֿאַר די יונגע האָלענדער. אפֿשר וועלן זיי אַפֿילו פֿאַרשטיין אַ ביסל פֿון דער שפּראַך און ווײַטער וועלן זיך לערנען און טיפֿער באַקענען זיך מיט איר.
ניקי יאַקאָבס פֿאַרמאָגט אַ וווּנדערלעכע שטים, וואָס איז שטאַרק און קלאָר, אָבער פֿאָלקיש, נישט קלאַסיש־טרענירט. די גרופּע „ניקיטאָוו‟, וואָס זי האָט צונויפֿגענומען, איז נישט קיין געוויינטלעכע קלעזמער־קאַפּעליע, נאָר אַ געקליבענע גרופּע פֿון אויסגעשולטע קלאַסישע מוזיקער, וועלכע שפּילן אויסגעצייכנט צוזאַמען: דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּעטער וואַן אָס, דער טשעליסט עמיל וויסער, דער וויאָליסט ראָ קראַוס און עדווין וויערינגס אויפֿן באַס. אַלע מוזיקער, אַחוץ דעם באַסיסט, האָבן אויך אַראַנזשירט די לידער, און די אַראַנזשירונגען שטעלן מיט זיך פֿאָר איינע פֿון די בעסטע מעלות פֿונעם קאָמפּאַקטל.
יאַקאָבס האָט אויסגעקליבן פֿאַרשיידענע מינים „פּאָפּ‟־לידער איבערצומאַכן זיי אויף ייִדיש. „מאַמע־לשון‟ הייבט זיך אָן מיט אַ ליד פֿון דער „פֿאָנק‟־זינגערין טשאַקאַ קאַן, וואָס הייסט Ain’t nobody. אויף ייִדיש הייסט דאָס ליד, „קיינער ניט‟. נאָך דעם זינגט זי אַ ליד, וואָס ווערט באַטראַכט געוויינטלעך ווי אַ „סאָלאָ‟־ליד, אויך אַ זשאַנער, געשאַפֿן פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער. דאָס ליד „ניט קיין זונשײַן‟ (Ain’t No Sunshine), האָט פּאָפּולער געמאַכט ביל ווינטערס. די ווערטער צום דריטן ליד, „ווען עס איז דײַן ווילן‟ [If it be your will], קלינגען גאַנץ ייִדישלעך אויף ייִדיש, כאָטש די מעלאָדיע איז עכט אַמעריקאַניש. דאָס ליד האָט געשאַפֿן דער קאַנאַדער פֿאָלקזינגער לעאָנאַרד כּהן, וועלכער שטאַמט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה און פֿלעכט אָפֿט אַרײַן ייִדישע טעמאַטיק אין זײַן שאַפֿונג.
נאָך אַזאַ פֿאָלקיש ליד, זינגט יאַקאָבס אַ „קאָנטרי‟־ליד — „דזשאָלין‟ פֿון דאָלי פּאַרטאָן. למען־האמת האָב איך, קודם־כּל, געטראַכט אין מײַן זיידנס גאַליציאַנער היימשטאָט זשאָלין, ווען איך האָב געזען דעם טיטל פֿון ליד, אָבער די ווערטער דערציילן ווי אַ פֿרוי בעט בײַ דער פֿרוי דזשאָלין, זי זאָל נישט צוגנבֿענען איר מאַן —
ער רעדט פֿון דיר אין זײַן שלאָף
און מיר בלײַבט געוויין אָן אַ סוף,
ווען ער שעפּטשעט אַלץ דײַן נאָמען, דזשאָלין.
דאָס באַקאַנטסטע ליד אויפֿן קאָמפּאַקטל פֿון מײַן דור האָט אָנגעשריבן די גרופּע „די ראָלינג־סטאָנס‟ — „בעת טרערן גיסן זיך‟, [As Tears Go By]. די אַראַנזשירונג פֿון „ניקיטאָוו‟, מיט די פֿיר סטרונע־אינסטרומענטן און איין טרומייט קען מען אָנרופֿן אַ קליין מײַסטערווערק. דאָס איינציקע אָריגינעלע ליד, אָנגעשריבן אויף ענגליש פֿון ניקי יאַקאָבס, הייסט „1968‟ און פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דער אַלגעמיינער מעלאַנכאָלישער שטימונג פֿון דער רעקאָרדירונג. די שטימונג ווערט ווײַטער בולט אויסגעדריקט אינעם איינציקן אינסטרומענטאַלן נומער „ערזערומי שאָראָר‟, וואָס ראָ קראַוס האָט קאָמפּאַנירט לזכּרון דער טערקישער שחיטה פֿון די אַרמענער.
די ענגלישע טעקסטן פֿון די לידער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש דער אַמסטערדאַמער לעקסיקאָגראַף און ייִדישיסט יוסטוס וואַן דע קאַמפּ. די דאָזיקע איבערזעצונג־אַרבעט איז נישט קיין לײַכטע, און איך בין אים נישט מקנא, ווײַל די ערשטע רעאַקציע, ווען מע הערט אַ פּאָפּולער ליד, איבערגעזעצט פֿון ענגליש אויף ייִדיש, איז צו געבן אַ שמייכל — מע מיינט, אַז דאָס דאַרף זײַן קאָמיש, אויף חוזק, אַ פּאַראָדיע. עס געדויערט אַ מינוט ביז דער צוהערער כאַפּט זיך, אַז די כּוונה איז נישט אַרויסצורופֿן קיין געלעכטער, נאָר הנאה צו האָבן פֿון די „פּאָפּ‟־לידער אין אַ נײַעם לבֿוש. וואַן דע קאַמפּ האָט זיך געהאַלטן אות־באות, ווערטלעך אַלץ איבערגעזעצט און אַמאָל קלינגט דאָס אומגעלומפּערט, אָבער בדרך־כּלל, קען דער צוהערער אַזוי גוט די לידער אויף ענגליש, אַז דאָס איז נישט קיין שטער.
דאָס באַגלייט־ביכל איז אין גאַנצן אויף האָלענדיש, און די ייִדישע טעקסטן ווערן געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות לויט דער האָלענדישער טראַנסקריפּציע. ס׳איז דאָ אַ זײַטל, אויף וועלכן יאַקאָבס גיט צו פֿאַרשטיין איר מיין מיט דעם פּראָיעקט, אָבער נאָר דער, ווער עס קען האָלענדיש פֿאַרשטייט עס. צי וועט איר צוגאַנג פֿון איבערזעצן פּאָפּולערע לידער אויף ייִדיש צוציִען אַן עולם אין האָלאַנד? לאָמיר דאָס אָנרופֿן אַן עקספּערימענט, און זיכער קען יאַקאָבס די האָלענדער יוגנט־געזעלשאַפֿט בעסער ווי מיר אין אַמעריקע. איך האָף, אַז יאָ, ווײַל „מאַמע־לשון‟ באַשטייט פֿון גוט דורכגעטראַכטע אַראַנזשירונגען מיט אַ זעלטן גוטער זינגערין, און לאָזט איבער אַ טיפֿן אײַנדרוק.
מע קען הערן יאַקאָבס מיט איר קאַפּעליע „ניקיטאָוו‟, אויף דעם וועבזײַטל: //nikitov.com/pagina/english
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.