(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די צוויי עקספּעדיציעס וואָס „ספֿר‟ האָט אָרגאַניזירט, קומען פֿאָר אין רעזעקנע (לאַטגאַליע) און גלובאָקאָיע (ווײַסרוסלאַנד, וויטעבסקער געגנט). זיי שליסן אײַן צוויי ריכטונגען — אַן עטנאָגראַפֿישע (מע שמועסט מיט די געבליבענע ייִדן און, מערסטן, מיט ניט־ייִדן, וואָס געדענקען דאָס ייִדישע לעבן און קענען דערציילן וועגן די ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן אַ מאָל געלעבט) — און אַן עפּיגראַפֿישע (מע קאַטאַלאָגיזירט און מע באַשרײַבט די היגע ייִדישע בית־עלמינס). נאָך די עקספּעדיציעס וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן זאַמלביכער מיט מאַטעריאַלן און אַרטיקלען.
דער צענטער „ספֿר‟ האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם באַנד, „תּירוש‟. דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון אַרטיקלען פֿון יונגע געלערנטע. דאָס רובֿ אַרטיקלען זענען געווידמעט דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע — פֿון דעם 19טן י״ה ביז הײַנט צו טאָג. ס’איז דאָ אויך אַן אָפּטייל, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, מיט אַרטיקלען וועגן איציק מאַנגערס לידער און וועגן דער געשטאַלט פֿון דער שיינער ייִדישער פֿרוי אין דער ייִדישער און פֿראַנצייזישער ליטעראַטור. דאָס איז שוין דער 15טער נומער פֿון „תּירוש‟, וואָס גייט אַרויס יעדעס יאָר אין יולי.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. אין דער מאָסקווער חב״ד־קהילה „צווישן אייגענע‟ איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ באַגעגעניש מיטן הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד בערל לאַזאַר. „צווישן אייגענע‟ איז אַ פֿאַרהעלטנישמעסיק נײַע קהילה. זי איז אַנטשטאַנען אין 2008 און איז צוגעפּאַסט געוואָרן ספּעציעל פֿאַר יונגע לײַט, וואָס זענען ווײַט פֿון דער תּורה און די מיצוות. דער וויזיט פֿונעם רבֿ לאַזאַר האָט אויך אַ ציל צו פּאָפּולאַריזירן דאָס יהדות בכלל און חב״ד בפֿרט צווישן די מער־ווייניקער וועלטלעכע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.