אין אינטערנעץ צעכאַפּט מען אויסגעטראַכטע מעשׂיות ווי הייסע פּירעזשקעס, און דערנאָך צעפֿליט זיך אַזאַ שטות און הייבט אָן לעבן ווי מעשׂה־שהיה. בכלל, קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק אַז די אינטערנעץ האָט מען קודם־כּל צוגעטראַכט ווי אַ רוים, וווּהין ס’איז גוט אַרײַנצוּוואַרפֿן כּלערליי פּליאָטקעס.
לעצטנס האָט זיך, למשל, ברייט פֿאַרשפּרייט אַזאַ קלאַנג: אַז 40 טויזנט ישׂראלים, וואָס זײַנען אין די סאָוועטישע צײַטן געווען תּושבֿים פֿון קרים, האָבן זיך כּלומרשט געוואָנדן צו וולאַדימיר פּוטינען, ער זאָל זיי דערלויבן זיך אומקערן קיין רוסלאַנד. עס זעט אויס, אַז דער קלאַנג שטאַמט פֿון אַלכּסנדר רעדקאָ, וואָס איז דער עקסצענטרישער פֿירער פֿון עפּעס אַ פּיצינקער, ממש אַ ווירטועלער גרופּקעלע, וועלכער רופֿט זיך די ליבעראַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין ישׁראל.
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז עמעצער פֿון די געוועזענע קרימער תּושבֿים האָט זיך טאַקע אומגעקערט קיין רוסלאַנד. אָבער דער אַלגעמיינער וועקטאָר פֿון מיגראַציע איז הײַנטיקע טעג געצילט, בלי־ספֿק, ניט קיין רוסלאַנד, נאָר דווקא פֿון רוסלאַנד. דער רעקטאָר פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט האָט ניט לאַנג צוריק, בשעת אַ באַגעגעניש מיטן פּרעזידענט פּוטין, זיך געקלאָגט, אַז רוסלאַנד פֿילט אַ שטאַרקן הונגער אויף אַקאַדעמיקערס. ער האָט געבראַכט אַזעלכע ציפֿערן: אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַרבעטן הײַנט־צו־טאָג בערך 16 טויזנט לײַט, וואָס שטאַמען פֿון רוסלאַנד און האָבן דאָרטן פֿאַרטיידיקט זייערע דאָקטאָר־דיסערטאַציעס, בעת אין רוסלאַנד גופֿא זײַנען פֿאַרבליבן אין גאַנצן 28 טויזנט געלערנטע פֿון אַזאַ מדרגה.
אַ באַקאַנטע אונדזערע, וואָס וווינט און אַרבעט אין אָקספֿאָרד אָבער האָט געהאַט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, האָט נאָך מיט יאָרן צוריק מיר דערציילט, אַז זי און אירע אוניווערסיטעטישע חבֿרים, האָבן באַשלאָסן, אַז ס’איז לאָגישער זיך צוניפֿקלײַבן אויף אַ באַגעגעניש (אָפּצומערקן אַ קײַלעכדיקע צאָל יאָרן נאָך זייער גראַדויִרונג) אין אַמעריקע, ווײַל צו יענער צײַט האָבן דאָרטן שוין געוווינט ס’רובֿ פֿון זיי.
לעצטנס זײַנען באַקאַנט געוואָרן אָפֿיציעלע ציפֿערן פֿון דער סטאַטיסטיק, וואָס ווײַזט אַז אין דער לעצטער צײַט זײַנען פֿון רוסלאַנד אַוועקגעפֿאָרן בערך אַ דריטל פֿון אַלע אויסלענדישע ספּעציאַליסטן, וועלכע האָבן דאָרטן געהאַט געאַרבעט. עס פֿאַרמאַכן זיך פֿיליאַלן פֿון אויסלענדישע קאָמפּאַניעס, און רוסישע קאָמפּאַניעס קענען ניט צאָלן די געהאַלטן, וואָס זאָלן פֿאַראינטערעסירן די אויסלענדער. דער רוסישער רובל איז דאָך געוואָרן כּמעט צוויי מאָל ביליקער. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן דאָס לאַנד פֿאַרלאָזט ניט בלויז קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער, נאָר אויך יעדער פֿינפֿטער פּשוטער גאַסט־אַרבעטער פֿון טאַדזשיקיסטאַן, אוזבעקיסטאַן און אַנדערע צענטראַל־אַזישע „־סטאַנען‟. אמת, רוסלאַנד פֿאַרלירט נאָך ניט די צוצי־קראַפֿט פֿאַר גאַסט־אַרבעטער פֿון ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.