עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד

Emigration from Russia


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 28, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די הײַנטיקע ווערט פֿון רוסישע ממתּקים האָב איך די טעג דערפֿילט אַליין, בײַם זוכן אַ האָטעל אין מאָסקווע (איך קלײַב זיך פֿאָרן אַהין סוף אויגוסט). די האָטעלן, אין וועלכע איך וואָלט צוליב זייער פּרײַז זיך ניט אָפּגעשטעלט מיט אַ יאָר צוריק, זײַנען איצט געוואָרן צוטריטלעך — אין סאַמע צענטער, מיט אַלע פֿינף „שטערנלעך‟, קאָסטן זיי הײַנט ביליקער פֿון אַ באַשיידענעם האָטעל אין ניו־יאָרק. דערצו האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, באַצאָלט נאָר פֿאַר שבת און זונטיק, און פֿרײַטיק האָט מען אונדז געגעבן בחינם. עס זעט אויס, אַז מאָסקווע איז איצט אַ גוט אָרט צו באַזוכן, אָבער ווען עס קומט צו פֿאַרדינען דאָרטן — איז עס שוין ניט אַזוי פֿויגלדיק.

די פּרײַזן זענען ניט די איינציקע מאָס, וואָס מאַכן אַן אָרט גוט אָדער ניט־גוט. דער אַלגעמיינער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער קלימאַט שפּילט אויך אַ ממשותדיקע ראָלע. און דער רוסישער קלימאַט קען איצט באַפֿרידיקן נאָר אַ מענטשן, וואָס זעט די וועלט דורך דער פּריזמע פֿון אָפֿיציעלער פּראָפּאַגאַנדע, וועלכע באַשרײַבט רוסלאַנד ווי אַ מין פֿעסטונג, אַרומגערינגלט פֿון אַלע — צי כּמעט אַלע — זײַטן דורך ביטערע שׂונאים. אַזוי אַז עס טרײַבט מענטשן פֿון רוסלאַנד אויך דער דאָזיקער קלימאַט, וועלכער ווערט זייער גוט איבערגעגעבן אין דער אַנעקדאָטישער פֿראַזע: „אין רוסלאַנד האָט מען נאָך אַזוי שלעכט ניט געלעבט ווי אין די יאָרן, ווען באַראַק אָבאַמאַ איז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט‟.

ייִדן זעט מען אויך אין דעם שטראָם, וואָס פֿאַרלאָזט די מדינה. אמת, אײַנצוזען זיי איז ניט גרינג, ווײַל קיין באַזונדערע סטאַטיסטיק פֿון ייִדישע עמיגראַנטן איז ניטאָ. אָבער ס’איז דאָ אַ סטאַטיסטיק פֿון דער עליה. אין דער ערשטער העלפֿט 2015 זײַנען קיין ישׂראל אָנגעקומען פֿון רוסלאַנד 2,435 נפֿשות, וואָס איז מער ווי אויף 50 פּראָצענט אימיגראַנטן איידער אין יאָר 2014. אַ גרעסערע צאָל עולים, 2,938, זײַנען געקומען נאָר פֿון איין לאַנד — אוקראַיִנע. אָבער אוקראַיִנע געפֿינט זיך נאָך אַלץ אין אַ מלחמה־מצבֿ, בעת אין רוסלאַנד באַשליסט מען צו פֿאָרן קיין ישׂראל צוליב אַנדערע — אויבן דערמאָנטע — סיבות.

אַ סבֿרא, אַז די ייִדן, האַלבע און פֿערטל־ייִדן, ווי אויך ניט־ייִדישע מיטגלידער פֿון די משפּחות, וואָס קומען אָן, דער עיקר, פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג, זײַנען געוויינלעך ניט איבערגעלאָדן מיט ציוניסטישע צי נאַציאָנאַלע אידעען. זיי פֿאָרן, קודם־כּל, אַרויס פֿון רוסלאַנד, און ישׂראל גיט זיי אפֿשר די איינציקע מעגלעכקייט צו רעאַליזירן דעם פּלאַן צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ מער סטאַבילן יסוד.