יעדן זומער לאָזן זיך צענדליקער יונגע פֿאָרשער פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע, װײַסרוסלאַנד און אַנדערע לענדער אַרײַן אין פֿעלד־עקספּעדיציעס אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך פֿון מיזרח־אײראָפּע. די דאָזיקע רײַזעס זײַנען געשטיצט און אָרגאַניזירט דורך דעם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟, װאָס קאָאָרדינירט, שױן מער װי צװאַנציק יאָר, ייִדישע שטודיעס אױף די שטחים פֿונעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די רעזולטאַטן פֿון יעדער עקספּעדיציע װערן שפּעטער פֿאַרעפֿנטלעכט װי אַ בוך. אױף דער װעבזײַט פֿון „ספֿר‟ קאָן מען געפֿינען פֿולע קאָפּיעס פֿון עטלעכע אַזעלכע אױסגאַבעס.
הײַיאָר האָב איך געהאַט אַ גוטן מזל אָנטײל צו נעמען אין דער פֿאָרשערישער עקספּעדיציע אין דעם װײַסרוסישן שטעטל גלובאָק (אױף װײַסרוסיש רופֿט מען עס הליבאָקיע, אױף פּױליש — גלענבאָקיע און אױף רוסיש — גלובאָקאָיע). דאָס איז אַן אַלטער ייִשובֿ, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן בערך זעקס הונדערט יאָר צוריק אױף אַ װיכטיקן שליאַך פֿון רוסלאַנד קײן ליטע און פּױלן. לכתּחילה איז גלובאָק באַשטאַנען פֿון צװײ שטעטלעך, װאָס האָבן געהערט צו פֿאַרשידענע ליטװיש־פּױלישע מאַגנאַטן, די קאָרסאַקן און די ראַדזיװילן. הײַנט דערמאָנען אָן די דאָזיקע צײַטן צװײ גרױסע קלױסטערס, װאָס שטײען אײנער קעגן דעם אַנדערן אױף פֿאַרשידענע ברעגן פֿונעם טײַך.
ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גלובאָק מסתּמא שױן אינעם זיבעצענטן יאָרהונדערט, און די עלטסטע מצבֿות אױף דעם בית־עולם שטאַמען פֿון דעם מיט־זיבעצנטן יאָרהונדערט. נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע איז גלובאָק אַרײַנגעפֿאַלן אין פּױלן װי אַ טײל פֿון דער װילנער געגנט. ערבֿ דעם חורבן איז דאָס געװען אַ היפּשע שטאָט, מיט אַ צענדליק טױזנט ייִדישע תּושבֿים, מער װי צען שילן און בתּי־מדרשים, װעלטלעכע און רעליגיעזע ייִדישע שולן פֿאַר קינדער און אַ סך קראָמען. בעתן חורבן האָבן די דײַטשן אַרײַנגעטריבן ייִדן פֿון גלובאָק און די אַרומיקע סבֿיבֿות אין אַ געטאָ, װאָס איז פֿאַרטיליקט געװאָרן אין 1943. הײַנט װױנען אין דער שטאָט קנאַפּע צען ייִדישע נפֿשות צװישן העכער װי צװאַנציק טױזנט תּושבֿים. אַזױ אַרום איז די געשיכטע פֿון גלובאָק און זײַנע ייִדן גאַנץ טיפּיש פֿאַר יענע מקומות.
אױף אַ הײַנטיקן באַזוכער מאַכט גלובאָק אַ גוטן רושם. די שטאָט איז זײער ציכטיק, די הײַזער זײַנען פֿריש רענאָװירט און געפֿאַרבט, די קראָמען זײַנען פֿול מיט כּלערלײ סחורה און די נאַטור איז פּרעכטיק. די שטאָט איז אַרומגערינגלט מיט װעלדער און אין דער מיט פֿון דער שטאָט געפֿינען זיך דרײַ אָזערעס. אָבער עד־היום געדענקט מען, אַז די גאַנצע געגנט איז געװען ממש באַגאָסן מיט בלוט בעת דער מלחמה. אין דעם באַראָקער װאַלד האָבן די דײַטשן צעשאָסן טױזנטער מענטשן: ייִדן, ציגײַנער, סאָװעטישע און איטאַליענישע געפֿאַנגענע. זײערע גופֿים האָט מען אַראָפּגעװאָרפֿן אין װאַסער, און אַפֿילו הײַנט האָבן די אָרטיקע תּושבֿים מורא זיך צו באָדן אין זײערע שײנע אָזערעס.
אונדזער עקספּעדיציע איז באַשטאַנען פֿון צװײ גרופּעס. אײן גרופּע האָט געפֿאָרשט דעם ייִדישן בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך אין דער צענטער פֿון דער שטאָט. אַזױ װי אין אַנדערע שטעט, האָבן די דײַטשן, און נאָך זײ — די סאָװעטן, גענוצט מצבֿות פֿאַר בױונג און ברוקירן גאַסן. אין די לעצטע צײַטן האָט מען אומגעקערט אײניקע מצבֿות צוריק אױף דעם בית־עולם, און זײ אױפֿגעשטעלט אין רײען בײַם אַרײַנגאַנג װי אַ דענקמאָל. די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע האַלט דעם בית־עולם און דעם דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון דעם געטאָ אין אַ גוטן צושטאַנד. יעדעס יאָר אין אױגוסט פּראַװעט מען אַן אָפֿיציעלן געדענק־טאָג נאָך די דערהרגעטע ייִדן.
גלובאָק האָט אַ גוטן שם אין הײַנטיקן װײַסרוסלאַנד. מען זאָגט, אַז די אָרטיקע תּושבֿים האָבן איבערגענומען בײַ ייִדן אונטערנעמערישע פֿעיִקײטן. אין גלובאָקער קראָמען קומט מען אײַנצוקױפֿן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אַזױ װײַט װי פּאָסטאַװ און בראַסלעװ. אַפֿילו די אָרטיקע שטאָט־פֿאַרװאַלטונג שטאָלצירט זיך, אַז אַ מאָל איז גלובאָק געװען אַ ייִדישע שטאָט. אָבער קײן סך שפּורן חוץ דעם בית־עולם זײַנען דאָרט ניטאָ. די צװײטע גרופּע פֿון אונדזער עקספּעדיציע האָט געזאַמלט זכרונות װעגן ייִדן צװישן די עלטערע גלובאָקער װײַסרוסן און פּאָליאַקן. אַ פּאָר עלטערע פֿרױען האָבן אונדז דערצײלט װעגן זײערע ייִדישע שול־חבֿרטעס און װעגן די יאָרן פֿון דער מלחמה. כּמעט אַלע געדענקען, װי זײערע משפּחות האָבן אַזױ אָדער אַנדערש געפּרוּװט העלפֿן זײערע ייִדישע שכנים בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, הגם עס לאָזט זיך אַװדאי ניט פֿעסטשטעלן, װי גלױבװירדיק דאָס איז.
דער ייִדישער עבֿר און די ייִדישע קולטור זײַנען װיכטיק פֿאַר דער הײַנטיקער װײַסרוסישער אינטעליגענץ. מען האַלט אין אײן בױען אַן אײגענע קולטור אױף די חורבֿות פֿון דער סאָװעטישער ירושה. ייִדיש און װײַסרוסיש זײַנען בײדע געװען פֿאָלקס־שפּראַכן, װאָס מען האָט גערעדט אין װײַסרוסלאַנד. איצט פּרוּװט מען צו פֿאַרשטײן, װאָס זשע האָבן אָט די דאָזיקע צװײ פֿאָלקס־קולטורן געהאַט בשותּפֿות, און װי אַזױ קאָן ייִדיש באַרײַכערן די נײַע װײַסרוסישע קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.