נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 28, 2015, issue of August 21, 2015.

אירלענדישע לופֿטליניע מעלדט, אַז זי וועט פֿליִען פון קראָקע קיין עבֿדה (אָוודאַ), לעבן אילת

די אירלענדישע לופֿט־ליניע „רײַען אייר‟ האָט געלאָזט וויסן, אַז זי וועט אָנהייבן פֿליִען פון קראָקע קיין עבֿדה (אָוודאַ), לעבן אילת. די לופֿטליניע זאָגט, אַז דערווײַל וועט זי פֿליִען אַהין בלויז דעם קומענדיקן האַרבסט. אויב עס וועט זיך אַרויסווײַזן, אַז עס זענען דאָ גענוג בעלנים אויף דער דאָזיקער ליניע, וועט זי ממשיך זײַן במשך פון דעם גאַנצן יאָר.

די קליינע ייִדישע קהילה אין קראָקע פֿרייט זיך שוין אויף די דירעקטע פֿלוגן קיין ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדן וועלן זײַן נאָר אַ קליינער טייל פֿון די קליענטן. אַ סך פּאָליאַקן האָבן די טעג מורא צו פֿאָרן אין די אַראַבישע לענדער צוליב זייער אומזיכערער פּאָליטישער לאַגע. ישׂראל שײַנט אַ מאָל צו זײַן אַ נישקהשדיקע אַלטערנאַטיווע פֿאַר אַ זוניקן אורלויב.

הײַיאָריקע טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון קרבנות פֿון וואַרשעווער געטאָ געווידמעט די „קליינע שמוגלערס‟ פֿון געטאָ

דעם 22סטן יולי האָבן די וואַרשעווער, ייִדן און נישט־ייִדן, אָפּגעמערקט דעם 73טן יאָרטאָג פון דער ליקווידאַציע פון דער וואַרשעווער געטאָ. דרײַ הונדערט טויזנט וואַרשעווער ייִדן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין דער וואַרשעווער געטאָ און נאָך דעם — אויף זייער טויט קיין טרעבלינקע.

די טרויער־אַקאַדעמיע האָט זיך אָנגעהויבן זעקס אַ זייגער אין אָוונט אויפֿן אומשלאַגפּלאַץ. פֿון דאָרטן זענען די באַנען מיט 72 יאָר צוריק געפֿאָרן קיין טרעבלינקע. דער רעלאַטיוו מאָדערנער בנין, וווּ עס זענען געווען די ביוראָען פון דער געסטאַפּאָ איז נישט געשעדיקט געוואָרן אין דער מלחמה און ער שטייט בײַם אומשלאַגפּלאַץ ביז הײַנט.

הײַ-יאָר ווידמען מיר דעם יאָר-טאָג די קליינע שמוגלערס, די ייִדישע קינדער וואָס האָבן ריזיקירט מיט זייער לעבן, כּדי אַרײַנצושמוגלען אין דער געטאָ עסן פֿאַר זייערע הונגעריקע משפּחות. אָפֿט מאָל האָבן זיי באַצאָלט מיטן לעבן פֿאר אַ לאַבן ברויט אָדער אַ קילאָ בולבעס. די דײַטשן האָבן געשלאָגן מיט רציחה די קליינינקע שמוגלערס, וואָס זענען געקראָכן צו דער אַרישער זײַט און צוריק דורך קליינע לעכער אין דער געטאָ־מויער.

יוזעף בלעשע איז געווען טרויעריק באַרימט פֿאַר זיין אַכזריותדיק שלאָגן צום טויט די קליינע שמוגלערס וואָס ער האָט געכאַפּט. בלעשעס פּנים איז אונדז באַקאַנט, אַ דאַנק דעם באַרימטן בילד פון די ייִדישע פֿרויען און קינדער, וואָס האַלטן זייערע הענט הויך צווישן די חרובֿע הײַזער פון דער געטאָ. בלעשע שטייט אויף דער רעכטער זײַט און צילט זײַן געווער אויף זיי.

דער גרויסער פּוילישער ייִדישער וויסנשאַפֿטלער לודוויק הירשפֿעלד (וואָס האָט געגעבן די נעמען די פֿארשיידענע בלוט־גרופּעס) האָט געזען מיט די אייגענע אויגן די העראָיִשע טאַטן פון די קליינע שמוגלערס. הירשפֿעלד האָט געזאָגט, אַז אַ דאַנק זיי האָט די געטאָ געקאָנט בלײַבן בײַם לעבן אַ יאָר לענגער.

די גרויסע פּוילישע צײַטונג, די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, האַלט אַז ס’איז שוין צײַט די שטאָט וואַרשע זאָל פֿאָלגן הירשפֿעלדס פֿאָרשלאָג און שטעלן א דענקמאָל אין אָנדענק פֿון די קליינע ייִדישע העלדן.