און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דעם דאָנערשטיק פֿאַר תּישעה־באָבֿ האָט די מאָסקווער ישיבֿה פֿון באַרג־ייִדן, „שערי קדושה‟, אָרגאַניזירט אַ רייניקונג־אַקציע אויפֿן סאַלטיקאָווער ייִדישן בית־עולם לעבן מאָסקווע. די באַטייליקטע האָבן גערייניקט פֿאַרלאָזענע קבֿרים, אויפֿגעשטעלט די געפֿאַלענע און טיף־געזונקענע מצבֿות, געזאַמלט מיסט און געשניטן גראָז. דאָס איז שוין די צווייטע אַקציע אַזאַ הײַיאָר — פֿריער, אין מײַ, האָט מען אויסגעסדרט דעם אַנדערן מאָסקווער ייִדישן בית־עולם, וואָסטריאַקאָווער.
די וואָך איז די הויפּט־געשעעניש פֿונעם ייִדישן לעבן אין מאָסקווע געווען אַ פּראָיעקט פֿונעם רוסישן חב״ד — די פֿערטע אַזוי גערופֿענע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע. אין דער אמתן אָבער האָט דער אויפֿטו גאָר ניט צו טאָן מיט עטנאָגראַפֿיע. דער ציל פֿון דער קאַמפּאַניע איז אַרומצופֿאָרן אין וואָס מער ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד און ברענגען אַהין תּשמישי־קדושה, ייִדישע ספֿרים און לוחות, כּשרע מאכלים.
דאָס יאָר הייסט די רײַזע „יעדער ייִדישער קהילה — אַ ספֿר־תּורה‟. די באַטייליקטע פּלאַנירן צו באַזוכן קודם־כּל די קהילות וואָס האָבן ניט קיין רבנים, וועלכע זאָלן זיך דאָרטן געפֿינען שטענדיק און ניט קיין אייגענע ספֿר־תּורה — און פֿאָרלייענען דאָרטן די פּרשה פֿון דער אמתער ספֿר־תּורה.
די באַטייליקטע פֿון דער רײַזע ווערן צעטיילט אויף פֿינף גרופּעס, וואָס מאַכן דורך פֿינף מאַרשרוטן. די ערשטע וועט אַדורכפֿאָרן שטעט פֿון צענטראַל רוסלאַנד, די צווייטע — פֿון וואָלגער געגנט, די דריטע וועט פֿאָרן אויף צפֿון־קאַווקאַז, די פֿערטע — אויף אוראַל, און די פֿיפֿטע — קיין קרים. בסך־הכּל וועט מען באַזוכן אַרום 70 שטעט. עס נעמען אָנטייל אין דער רײַזע ישיבֿה־בחורים און יונגע רבנים, בתוכם פֿיר זין פֿונעם הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר. אַחוץ תּורה לייענען, וועלן זיי האַלטן דבֿרי־תּורה און העלפֿן די דאָרטיקע ייִדן לייגן תּפֿילין. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן צו דערקלערן דעם עולם די פּרינציפּן פֿון יהדות און צוצוציִען וואָס מער ייִדן צו דער רעליגיע.
דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן דעם 28סטן יולי און וועט געדויערן צוויי וואָכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.