נײַעס פֿון מאָסקווע

News from Moscow

vk

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 29, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רעפֿעראַט וועגן אויפֿנעם פֿון טויט אין דער קריסטלעכער רעליגיע

צו די אַנדערע נײַעס. דער ייִדישער מוזיי איז ממשיך מיט דער סעריע רעפֿעראַטן, אָרגאַניזירט אין ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „צווישן צוויי וועלטן: אָנדענק פֿון אַ מענטש און אומשטערבלעכקייט פֿון נשמה אין דער ייִדישער קולטור‟. די רעפֿעראַטן דערציילן פֿון באַהאַנדלען דעם טויט אי אין דער ייִדישער קולטור, אי אין אַנדערע קולטורן און רעליגיעס. די וואָך איז די רייד געגאַנגען וועגן קריסטנטום. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע און קונסט־פֿאָרשונג און פּראַוואָסלאַווער אַרכיעריי (אייבער־גלח), סטעפּאַן וואַנעיאַן. ער האָט גערעדט וועגן דעם אויפֿנעם פֿון טויט אין דער קריסטלעכער טראַדיציע, וועגן דער פֿאַרבינדונג פֿון טויט מיט רעטונג און מיט דער אידעע פֿון דעם דרײַיִקן גאָט.

אייניקל פֿון ברידער סטענבערג דערציילט וועגן זייער לעבן און ווערק

אין ראַמען פֿון אַן אַנדער אויסשטעלונג, וואָס קומט פֿאָר אין מוזיי — „פּראָצעס פֿון 3 מיליאָנען: פּלאַקאַטן־זאַמלונג פֿון אַלכּסנדר דאָבראָווינקי‟ — איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דעם שאַפֿן פֿון די ברידער סטענבערג — קינסטלער, גראַפֿיקער, סצענאָגראַן, וויכטיקע פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישן קאָנסטרוקטיוויזם. וועגן זייער לעבן און זייערע ווערק האָט דערציילט זייער אַן אייניקל וויקטאָריאַ סטענבערג, אַ שרײַבערין און אַ רעזשיסערין.

פֿיפֿטער באַנד פֿון סאַלאָ באַראָנס „סאָציאַלע און רעליגיעזע געשיכטע פֿון ייִדן‟ איז אַרויס אויף רוסיש

דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז ממשיך מיט אַרויסגעבן דאָס ווערק פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער ייִדישן היסטאָריקער סאַלאָ וויטמײַער באַראָן, „סאָציאַלע און רעליגיעזע געשיכטע פֿון ייִדן‟ אין 18 בענדער. די וואָך האָט מען אַרויסגעגעבן דעם 5טן באַנד, „דער פֿריִערער מיטל־אַלטער, די מאַכט און די רעליגיעזע פּאָלעמיק‟. עס ווערן באַשריבן אי באַציִונגען צווישן יהדות און אַנדערע מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס, אי די אינערלעכע סיכסוכים אין יהדות, בתוכם צווישן רבנישע ייִדן און די קראים. דער באַנד איז אַרויס אין איבערזעצונג פֿון ליובאָוו טשערנין.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.