איך האָב זיך באַקענט מיט טעאָדאָר ביקעל, ווען ער און פֿײַוויש פֿינקל האָבן אויפֿגעטראָטן אין מײַן איבערזעצונג פֿון ניל סײַמאָנס The Sunshine Boys (די גאָלדענע יאַטן). די פֿאָרשטעלונג איז שוין פֿריער געשפּילט געוואָרן אין „ייִדישפּיל‟ אין תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן טעאַטער, מיט גרויס דערפֿאָלג.
פֿאַרשטייט זיך, אַז טעאָדאָר ביקעל און פֿײַוויש פֿינקל זײַנען געווען ווי געבוירן פֿאַר די הויפּט־ראָלעס, און דער 800־קעפּיקער עולם אין „סימפֿאָני־ספּייס‟ אין ניו־יאָרק האָט הנאה געהאַט פֿון סײַמאָנס הומאָר אויף ייִדיש, ווײַל די ראָלעס האָבן זיך אַראָפּגעגליטשט פֿון דער צונג בײַ פֿײַווישן, דעם אייביקן קאָמעדיאַנט, און בײַ ביקעלן, דעם פֿיל־טאַלאַנטירטן בינע־, פֿילם־, און קאָנצערט־קינסטלער, וואָס איז די טעג אַוועק אין דער אייביקייט.
ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז ביקעל האָט אויך געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע בײַ אונדזער „היברו עקטאָרס יוניאָן‟, און דעם אַמעריקאַנער אַרטיסטן־פֿאַראיין „עקוויטי‟, ווי אויך אַנדערע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן־יונאָנס, וווּ ביקעל איז געווען פֿאַרטראָטן ווי פּרעזידענט.
הערט אויס אַ שטיקל געשיכטע אונטער די קוליסן: דזשאָסעף פּאַפּ האָט געעפֿנט אין איינעם פֿון זײַנע בינעס אין „פּאַבליק־טעאַטער‟ און זײַן „שעקספּיר פֿעסטיוואַל‟ אין ניו־יאָרק מײַן מוזיקאַלישע פּיעסע „לידער פֿון גן־עדן‟. דאָס יאָר האָט געהאַלטן צווישן 1989 און 1990.
ס’איז פּונקט דעמאָלט אויסגעפֿאַלן אַ שניייִקער, קאַלטער ווינטער. מיט אַ מאָל האָט מען דערזען דרײַ אַלטע ייִדן מיט פּלאַקאַטן פֿונעם „היברו (ייִדישן) אַקטיאָרן פֿאַראיין‟, וווּ עס איז געשטאַנען געשריבן אויף ענגליש דווקא אַז דער „היברו עקטאָרס יוניאָן‟ בויקאָטירט די דערעפֿענונג פֿון „לידער פֿון גן־עדן‟. אויפֿן פּלאַקאַט איז געשטאַנען געשריבן:
בויקאָטירט די „לידער פֿון גן־עדן‟!
די יוניאָן האָט באַשולדיקט יוסף פּאַפּן, מרים און אַבֿי האָפֿמאַן, ד״ר שערי פּ. קינג און שמואל נאָריך פֿון ייִוואָ, אַזוי צו זאָגן:
אומיושרדיק!!!
די „היברו עקטאָרס יוניאָן‟ וואָרנט דעם ייִדישן עולם: בויקאָטירט די פֿאָרשטעלונג!
„היברו אַקטאָרס יוניאָן‟ רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע טעאַטער און איז פֿאַרבונדן מיט די אַרטיסטן פֿון אַמעריקע, AFL-CIO (יוניאָנס)
און דאָ האָט זיך טעאָדאָר ביקעל אַרײַנגעלייגט מיט לײַב־און־לעבן אין דעם סיכסוך. ביקעל איז אין יענער צײַט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון „עקוויטי‟ (ענגלישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין). ער האָט גערופֿן אַ זיצונג מיט יוסף פּאַפּן, סימאָר רעכצײַטן, בערנאַרד סאַוער, דוד קענער און אַבֿי האָפֿמאַן. מ’האָט זיך געאַמפּערט אַהין און אַהער. עס איז, אַ פּנים, בלויז געגאַנגען אין זייער חודשלעכן (dues) אָפּצאָל. איז מען געקומען צו אַ פּשרה, דער ענגלישער יוניאָן „עקוויטי‟ וועט זיי געבן צוויי פּראָצענט פֿון דעם געהאַלט, וואָס זיי באַקומען אין „פּאַבליק טעאַטער‟. דערווײַל האָבן זיך די ייִדישע אַקטיאָרן מיט מזל דאָראָבעט צו אַ מיטגליד־קאַרטל פֿון „עקוויטי‟, וואָס אַנערקענט זיי סײַ ווי ייִדישע און סײַ ווי ענגלישע אַקטיאָרן. ביקעל האָט עס פֿאַרהאַנדלט און געראַטעוועט די פּיעסע.
אַ טײַערער ייִד געווען ביקעל. איך האָב אפֿילו געקענט זײַן פֿעטער שלמה ביקל און געלייענט זײַן ייִדישע ליטעראַטור־קריטיק. ביקעל איז געבוירן געוואָרן טעאָדאָר מאיר ביקעל, אינעם אַמאָליקן וועלט־ און קולטור־צענטער — די שטאָט ווין, עסטרײַך, דעם צווייטן מײַ, 1924, און איז געשטאָרבן הײַנטיקס יאָר צו איין און נײַנציק יאָר.
ביקעל איז אויסגעוואַקסן אַ העכסט באַגאַבטער פֿילם־ און בינע־אַקטיאָר, מוזיקער, פֿאָלקס־זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און אַן אַקטיווער יוניאָן־מענטש. געלערנט דראַמאַטישע קונסט אין דער בריטישער קעניגלעכער אַקאַדעמיע אין לאָנדאָן. מיט איין וואָרט, ער איז נישט געווען קיין טשיפּע זיבעלע, נאָר אַן אויסגעשולטער, פֿאַראַנטוואָרטלעכער, העכסט באַגאַבטער קינסטלער, געשפּילט אין הונדערטער פּיעסעס, צענדליקער פֿילמען אָבער ווײַטער געבליבן אונדזערס אַ מענטש. ער האָט געזונגען ייִדישע לידער, וווּ עס האָט זיך נאָר געלאָזט. דער חבֿרהמאַן איז ממש געווען פֿאַרליבט אין מאַמע־לשון.
איך האָב זיך באַקענט מיט אים נאָך דער פֿאָרשטעלונג פֿון „די גאָלדענע יאַטן‟, אין גאַרדעראָב־צימער אונטער די קוליסן. ער איז געווען פּשוט, איידל און אַ צוגעלאָזענער פּאַן־בראַט. מיר האָבן גערעדט וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿון ייִדיש, פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿון דער מדינה, וווּ ער איז געווען בײַם מעמד פֿון אונדזער ווידערגעבורט און מקום־מקלט נאָכן חורבן.
ביקעל איז געווען אַרײַנגעטאָן אין אַלץ, וואָס האָט געאָטעמט מיט דער ייִדישער קולטור און זיך שטאַרק געזאָרגט וועגן אַלץ וואָס האָט געאָטעמט מיטן ייִדישן קיום.
זיי פֿעלן אונדז אויס די אַמאָליקע גרויסע ייִדישע טאַלאַנטן און קינסטלער; זייערע רייען ווערן וואָס אַמאָל שיטערער. ביקעל האָט זיך געזאָרגט, ווער וועט איבערנעמען? זײַן ייִדיש איז געווען פֿאָלקסטימלעך, זאַפֿטיק. זײַנע אויפֿטריטן אין פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות מיט זײַן גיטאַרע און מיט זײַן ייִדישן ליד, סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער וועלט, האָבן אים דערנענטערט צום ייִדישן מהות.
מיר טרויערן אויף זײַן פֿרישן קבֿר, ער וועט אונדז שטאַרק אויספֿעלן. איך האָף אַז מ’האָט מיט אים מיטגעשיקט אויף יענער וועלט זײַן גיטאַרע, ער זאָל דאָרט קענען אויפֿלעבן זײַן ייִדישע לידער־גערעטעניש, זײַן פֿאָלקסטימלעכע פֿאַרווײַלונג אין טאָל פֿון מלא נשמות, וואָס לעכצן נאָך זײַן זיס קול אין כבֿיכולס באַלעבאַטישקייט, און אַרײַנברענגען אַ מעסטל יום־טובֿ אין די הימליש־פֿאַרשלאָפֿענע וואָלקנס אויף יענער זײַט דאָרטן. עליו השלום! ברוך דיין אמת!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.