(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין דער זעלבער שטודיע, איז אויך פֿאַרצײכנט געוואָרן אַ פּראָבלעם וואָס אַלץ מער ראַק-מומחים האָבן זיך שוין דערוווּסט: מע שטעלט פֿרויען אָפֿט מאָל אַ דיאַגנאָז פֿון ברוסטראַק, וואָס איז אפֿשר ניט נייטיק. פֿאַר וואָס?
ווען מע פֿירט דורך אַ מאַמאָגראַם בײַ אַ צאָל פֿרויען, וועט מען געפֿינען פֿריִער אומנאָרמאַלקייטן, וואָס קאָנען שפּעטער זיך אַנטוויקלען אין אַ ראַק. מע וואָלט אפֿשר געמיינט, אַז אַזוי אַרום אַנטדעקט מען ראַקן וואָס וואָלטן שפּעטער, וועט ניט אַנטדעקט, געטייט די דאָזיקע פֿרויען. דער אמת איז אָבער אַנטוישנדיק. מאַמאָגראַמען קענען שטעלן „איבערדיִאַגנאָזן‟ — דאָס הייסט, „געפֿינען‟ ראַקן, וואָס דאַרפֿן ניט געפֿינען ווערן, ווײַל דאָס באַהאַנדלען זיי מאַכט ניט קיין אונטערשייד אין געזונט אָדער אַריכות־ימים. אדברא, אַזאַ „איבערדיִאַגנאָז‟ קען פֿירן צו אומנייטיקע ביאָפּסיעס; נאָך טעסטן; אומזיסטע זאָרגן מצד דער פּאַציִענטקע, און איבעריקע כירורגיעס. ווי אָפֿט קומט פֿאָר אַזאַ איבערדיִאַגנאָז? אין דער שטודיע פֿון קאַנאַדע, שאַצט מען אָפּ, אַן ערך 23 פֿון יעדע 10,000 פֿאַלן.
וואָס טוט מען? ווי קען מען פֿאַרגלײַכן די צאָל לעבנס וואָס מע ראַטעוועט מיטן טעסט, מיט די מעגלעכע שאָדנס וואָס מע קען אָפּטאָן דערמיט? פֿון מײַן צד, ווי אַ דאָקטער פֿון אינטערנאַלער מעדיצין און אַ שטיצער פֿון אַ פּאַציענטס רעכט אַליין צו באַשליסן צי ער זאָל מאַכן אַ טעסט צי נישט, האַלט איך אַז מע דאַרף מאַכן אַ בײַט אין דעם, ווי אַזוי מע באַציט זיך צו טעסטן פֿאַר ברוסטראַק. אַזעלכע טעסטן, ווי אַלץ אין דער מעדיצין, זײַנען אומפּערפֿעקט, און זײַנען פֿאַרבונדן מיט מעלות און חסרונות. ווען אַזאַ טעסט וואָלט געווען לרובֿ צום גוטן, אָן קיין באַטײַטיקע בײַעפֿעקטן, וואָלט מען אפֿשר געקאָנט דורכפֿירן מאַסנווײַז אַזאַ קאַמפּאַניע דורכצופֿירן דעם מאַמאָגראַם בײַ אַלץ מער פֿרויען. אַזוי טוט מען מיט וואַקצינען. נאָר אין אַזאַ פֿאַל, וווּ יעדע פֿרוי וואָלט געדאַרפֿט באַטראַכטן דעם באַלאַנץ פֿון מעלות און חסרונות מיט אַ נאָענטן קרובֿ אָדער עצה־געבער, איז בעסער ניט צו דריקן אויף איר, ביז די פֿרוי קען גוט דורכטראַכטן דעם ענין.
אויב איר זענט אַזאַ וואָס באַטראַכט צו גיין אויף אַ מאַמאָגראַם, און איר ווילט וויסן וועגן דעם באַלאַנץ צווישן די פּלוסן און די ריזיקעס פֿאַר אײַך פּערזענלעך, זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע עלעקטראָנישע מכשירים, וואָס העלפֿן אײַך באַשליסן. אָט איז אַ פֿאַרבינדונג צו אַזאַ „באַשלוס־מיטל‟, וואָס העלפֿט אָפּשאַצן אײַער ריזיקע פֿאַר ברוסטראַק, און, דערמיט, צי דער טעסט קער זײַן פּאַסיק פֿאַר אײַך:
https://www.healthwise.net/cochranedecisionaid/Content/StdDocument.aspx?DOCHWID=abh0460
דער ענין, אַ יערלעכער וויזיט מיטן דאָקטער, איז אויך אַ קאָמפּליצירטער. כאָטש דאָס אָנהאַלטן אַ באַציִונג מיטן דאָקטער בכלל איז מסתּמא כּדאַי, באַזונדערש אויב מע ראַנגלט זיך מיט געוויסע געזונט־פּראָבלעמען, איז די נייטיקייט פֿון אַ „יערלעכן באַקוק‟ מסתּמא אַ באָבע־מעשׂה צוגעטראַכט פֿון די פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס. ווען מײַנע פּאַציענטן פֿרעגן מיך: „ווען דאַרף איך דיך ווידער זען?‟ איז מײַן תּשובֿה: „ווען איר דאַרפֿט מיך האָבן!‟ דאָס גלויבן אין טעסטן לשם טעסטן, און דאָס מקפּיד זײַן אויפֿן באַזוכן דעם דאָקטער יאָר אײַן, יאָר אויס — ביידע אָן קיין שום פֿעסטן גרונט אין די וויסנשאַפֿטלעכע ראיות, און פֿאַרבונדן מיט מעגלעכע אומבאַוועמלעכקייטן און שוועריקייטן — זײַנען געקניפּט־און־געבונדן מיט אַ געזונט-סיסטעם, וואָס האַלט כּללים, און ניט מענטשן, פֿאַר דער פּריאָריטעט.
אַז מע הייבט אָן אויספֿאָרשן די טעסטן וואָס מע „מוז‟ דורכפֿירן, און די וויזיטן, וואָס מע „דאַרף‟ מאַכן בײַם דאָקטער, ווערט מען ניט איבעריק איבערצײַגט. וואָס טוט מען אָבער אויב מע האָט צו טאָן מיט אַ דאָקטער, צי אַ סיסטעם, וואָס האַלט אין איין דריקן אײַך צו דער וואַנט? מע קען זיך פּרוּוון געפֿינען אַן אַנדער דאָקטער, נאָר דאָס איז אָפֿט ניט אַזוי גרינג ווי עס רעדט זיך. בעסער איז צו אַנטוויקלען, צו ביסלעך, אַ באַציִונג מיטן דאָקטער, וואָס דערלויבט אַן אָפֿענעם אויסטויש פֿון מיינונגען וועגן די וויכטיקסטע געזונט־באַשלוסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.