אַ סך שפּיטעלער האָבן די טעג אַ מין קליניק, וואָס דינט ווי אַ מיטל אַרײַנצוציִען פֿאַרמעגלעכע פּאַציענטן: געוויינטלעך זענען זיי אָנגעשטעלטע פֿון פֿירמעס, וואָס קענען שטיצן יערלעכע וויזיטן צום דאָקטער. אַ צאָל אינווערסטירונג-פֿירמעס האַלטן, אַז יערלעכע באַזוכן צום דאָקטער און דאָס מאַכן דעם פּאַציענט אַ ריי בלוטטעסטן, קען פֿאַרזיכערן זײַן געזונט, און צוזאָגן פּראָדוקטיווע אַרבעטערס און במילא — שטײַגנדיקע פּראָפֿיטן.
די דאָזיקע קליניקן זײַנען געוואָרן פּאָפּולער איבערן גאַנצן לאַנד, ווײַל ס’איז אַ געראָטענער שידוך. הײַנטיקע צײַטן, ווען געזונט־הוצאות זײַנען ניט זיכער (די וועלט־עקאָנאָמיע, ווי אויך אין אַמעריקע, האָט זיך לעצטנס אײַנגעשרומפּן, איז ווייניקער געלט געבליבן פֿאַר אַלעמען), ווילן שפּיטעלער אַ זיכערן קוואַל פּאַציענטן: ניט היימלאָזע אָרעמעלײַט, נאָר סטאַבילע פֿאַרדינערס, אַפֿילו פֿאַרמעגלעכע.
איראָניש איז, אַז אין פּונקט דעם מאָמענט ווען די דאָזיקע אָפּטיילן מערן זיך ווי שוועמלעך נאָר אַ רעגן, ווערט אַ האַרבער פֿאַקט אַלץ מער בולט: דאָס אײַנזעעניש אַז מער איז ניט דווקא בעסער; טעסטן זײַנען ניט קיין רפֿואה און קענען אַפֿילו שאַטן, און דאָס זען זיך רעגולער מיט אַ דאָקטער איז דווקא ניט אַזוי לעבנס־נייטיק, ווי טייל מיינען.
די קונסט פֿון בלוטטעסטן האָט זיך אַנטוויקלט צו ביסלעך במשך פֿון צענדליקער יאָרן. צווישן די ערשטע זײַנען געווען טעסטן פֿון כאָלעסטעראָל און אורין־פּראָבירונגען פֿאַר בלוטצוקער. איצט קען מען אויספּרובירן טויזנטער זאַכן. אַ סך מאָל זע איך מענטשן, וואָס זײַנען בײַ דער מיינונג, אַז אַ בלוטטעסט איז אַ כּישוף, וואָס קען אָן גרײַזן דערגיין די סיבה פֿון יעדן סימפּטאָם.
אין דער אמתן, דינען די בלוט־טעסטן מער די פּסיכאָלאָגישע באַדערפֿענישן, איידער די מעדיצינישע. ווען מע זעט זיך מיטן דאָקטער וויל מען באַקומען עפּעס ממשותדיקס, כּדי צו פֿילן אַז דער דאָקטער האָט זיך טאַקע צוגעהערט. און כּדי צו מאַכן די שעפֿן און אָנפֿירער פֿון גרעסערע פֿירמעס, מיינען אַז זיי זײַנען גאָר חשובֿ, פֿירט מען דורך אין זייערע „ספּעציעלע‟ קליניקן אַ ריי טעסטן, אָפֿט מאָל נאָך איידער דער דאָקטער זעט דעם פּאַציענט פֿאַר די אויגן.
יעדער טעסט איז אָבער אַ שטעקן מיט צוויי עקן. ווי אַזוי? לאָמיר אָננעמען, למשל, אַ טעסט וואָס אַ סך פֿרויען האַלט פֿאַר נייטיק, און אַן עיקר־טייל פֿון זייער געזונט־אָפּהיט: דער מאַמאָגראַם.
מע האָט שוין דורכגעפֿירט אַ ריי פּראָבעס וועגן מאַמאָגראַם, נאָר הײַנט צו טאָג הייבט מען שוין אָן צו פֿאַרשטיין, אַז ניט יעדער רעזולטאַט פֿון דעם ברוסט־אימאַזש איז טאַקע נוצלעך. פֿאַראַן אומנאָרמאַלקייטן וואָס קענען ראַטעווען אַ לעבן, און פֿאַראַן רעזולטאַטן, וואָס וועלן גאָר ניט בײַטן בכלל, אַפֿילו אויב דער ראַדיאָלאָג אַליין באַצייכנט עס ווי „אומנאָרמאַל‟.
ס’איז באַלערנדיק צו באַטראַכטן די רעזולטאַטן פֿון אַ קאַנאַדער שטודיע, וואָס מע האָט ניט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט. זי האָט אַנטדעקט אַז, בײַ 10,000 פֿרויען, וואָס מאַכן דורך אַ מאַמאָגראַם, זײַנען 108 פֿון זיי געשטאָרבן פֿון ברוסטראַק אין דער גרופּע, כאָטש זיי האָבן באַקומען דעם טעסט, אין פֿאַרגלײַך מיט 110, וואָס זענען געשטאָרבן און האָבן ניט באַקומען דעם טעסט. דאָס הייסט, ווייניקער פֿרויען זײַנען געשטאָרבן פֿון ברוסטראַק צוליב מאַמאָגראַמען, נאָר היפּש ווייניק; און דאָס, נאָך דעם ווי די שטודיע האָט נאָכגעפֿאָלגט די פֿרויען, דורכשניטלעך, 22 יאָר לאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.