דער קלוב „מאַמע־לשון‟ אין נהריה

"Club Mame Loshen" in Nahariya


פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

אין דער צפֿון־ישׂראלדיקער שטאָט נהריה, בײַם האָסטעל „גלעד‟, האָט זיך הײַיאָר געעפֿנט דער ייִדיש־קלוב „מאַמע־לשון‟, אָרגאַניזירט דורך אָרטיקן אָפּטייל פֿונעם אַבסאָרבציע־מיניסטעריום (משׂרד־הקליטה), בשותּפֿות מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם בנין, וואָס דינט ווי אַ האָטעל און וווין־הויז. דער מחבר פֿון די שורות פֿירט אָן מיט דער טעטיקייט פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג.

דער ערשטער צוזאַמענטרעף פֿונעם קלוב איז פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר. זינט דעמאָלט, פֿאַרזאַמלען זיך די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך יעדע צוויי וואָכן אינעם געמיטלעכן זאַל אויפֿן ערשטן שטאָק פֿונעם האָטעל, וווּ עס שטייט אַ פֿאָרטעפּיאַנע. ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם קלוב זענען עלטערע אײַנוווינער פֿונעם האָסטעל. עס קומען אויך אַ צאָל תּושבֿים פֿון דער שטאָט. צומאָל באַווײַזן זיך די געסט פֿון דער שכנישער שטאָט מעלות, וועלכע ווילן כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש, דערהערן פּאָפּולערע פֿאָלקס־לידער און זיך דערמאָנען די נאָסטאַלגישע אַטמאָספֿער פֿון דער אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּע, ווען ייִדיש איז געווען די נאַטירלעכע שפּראַך אויף די גאַסן פֿון מאָלדאָווע, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און די באַלטישע לענדער.

בעת דעם ערשטן צוזאַמענטרעף האָט דער פֿאַרזאַמלטער עולם באַשלאָסן, אַז אַנשטאָט צו לערנען ייִדיש זאָל מען עס זיך בעסער דערמאָנען. כּמעט אַלע באַזוכער פֿונעם קלוב האָבן אַמאָל שטודירט העברעיִש אין אַן אולפּן און זענען דערפֿאַר באַקאַנט מיטן אַלף־בית. אויב אַפֿילו, ווען זיי האָבן געוווינט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיי נישט געקענט קיין עבֿרי, קאָנען זיי פֿאַרשטיין דאָס פּשוטע גערעדטע מאַמע־לשון און קאָנען עס הײַנט לייענען אָן קיין גרויסע שוועריקייטן.

יעדעס מאָל, ווען מיר טרעפֿן זיך אינעם האָטעל, הייבן מיר אָן מיטן זינגען דאָס באַקאַנטע ליד „לאָמיר אַלע אינאיינעם‟, וואָס איז געוואָרן פֿאַר אונדז דער הימען פֿונעם קלוב. דערנאָך, באַקען איך די פֿאַרזאַמלטע מיט די נײַעס פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. יעדער פֿון די באַטייליקטע דערציילט עפּעס אַ פּערזענלעכע מעשׂה, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדיש. ווען דער קלוב האָט זיך געעפֿנט, האָבן מיר געבעטן אַלע מיטגלידער צוצוגרייטן אַ דערציילונג אויף ייִדיש וועגן זייער ביאָגראַפֿיע און משפּחה. ס׳רובֿ געשיכטעס זענען פֿאַרבונדן מיט טראַגישע געשעענישן, ווײַל כּמעט אַלע קלוב־באַזוכער האָבן איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין זייערע קינדער־יאָרן.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע חדשים האָט זיך אין אונדזער קלוב געשאַפֿן אַ יאָדער פֿון די אַקטיווסטע שעפֿערישע מענטשן, וואָס קענען ייִדיש צום בעסטן, אַרײַנגערעכנט פֿרידע פֿרענקעל און יעקבֿ פּוסטילניק פֿון אוקראַיִנע, שׂרה פֿעלדמאַן פֿון אַרגענטינע און אַנאַ גיימאַן פֿון ביראָבידזשאַן. פֿרענקעל פֿאַרנעמט זיך מיט די אָרגאַניזאַציאָנעלע ענינים פֿונעם קלוב, און פּוסטילניק שרײַבט אייגענע דערציילונגען אויף ייִדיש און פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט הומאָריסטישע אויפֿטריטן.

פֿאַרן זומער־איבעררײַס האָבן מיר דורכגעפֿירט אַן אָוונט, בעת וועלכן די דירעקטאָרין פֿונעם האָסטעל „גלעד‟, מאַרינאַ איידעלמאַן, האָט געלויבט די טעטיקייט פֿונעם קלוב און איבערגעגעבן, אַז מע האָט שוין דערציילט וועגן אונדזער אונטערנעמונג אויף דער ראַדיאָ. אַ סך צוהערער, וואָס וווינען אין נהריה און די אַנדערע שטעט אין דער געגנט, האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט און ווילן זיך באַטייליקן אין אונדזערע באַגעגענישן. דער מחבר פֿון די שורות איז אויפֿגעטראָטן אויף דער פֿאָרטעפּיאַנע, פֿאָרלייענענדיק די לידער פֿון מײַן מאַמען, ליובע וואַסערמאַן, אַ באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטעסע.

ליודמילאַ ראָזענטאַל, די קאָאָרדינאַטאָרין פֿונעם אַבסאָרבציע־מיניסטעריום אין נהריה, וועלכע האָט אַקטיוו געהאָלפֿן צו שאַפֿן אונדזער קלוב, האָט איבערגעזעצט אַ צאָל פֿון מײַן מאַמעס ווערק אויף רוסיש און איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן ליובע וואַסערמאַנס שווערן לעבנס־וועג אין סטאַלינס תּקופֿה און אין דער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, וווּ זי האָט אַרויסגעגעבן איר ערשטער זאַמלונג לידער „פֿאַרנאַכט‟.

די מוזיקאַליש־ליטעראַרישע קאָמפּאָזיציע האָט געהייסן „וואָרט און ניגון‟. דערנאָך איז יעקבֿ פּוסטילניק אויפֿגעטראָטן מיט איינער פֿון זײַנע קאָמישע דערציילונגען. נאָכן דאָזיקן שעפֿערישן אָוונט, האָבן מיר זיך געקליבן איבערצורײַסן די טעטיקייט פֿון אונדזער קלוב ביזן האַרבסט. פּלוצעם, אין עטלעכע טעג אַרום, האָט זיך אָבער מיט מיר פֿאַרבונדן מײַן תּלמיד סלאַוואַ פֿאַרבער און דערקלערט, אַז ער וואָלט געוואָלט אויפֿטרעטן אין אונדזער קלוב מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. נישט לאַנג צוריק, איז פֿאַרבער באַלוינט געוואָרן מיטן טיטל פֿונעם באַערטן קונסט־טוער פֿון מאָלדאָווע. זײַן קאָנצערט אין אונזדער קלוב איז געווען זײַן ערשטער אויפֿטריט ווי אַ טרעגער פֿון אַזאַ חשובֿן טיטל.

דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און פֿאַרבערס אויפֿטריט איז טאַקע געלונגען. דער עולם, בפֿרט אונדזערע לאַנדס־לײַט פֿון מאָלדאָווע, האָבן געבעטן אים זינגען נאָך און נאָך. צווישן די געסט האָבן זיך אויפֿן קאָנצערט באַוויזן אַ צאָל באַקאַנטע געזעלשאַפֿטלעכע טוער און דער פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקער פּאַוועל ליטוואַק. אַזוי, מיט אַ גאַנץ אומדערוואַרטן געראָטענעם שלוס־קאָנצערט, האָט זיך פֿאַרענדיקט דער ערשטער סעזאָן פֿון אונדזער קלוב.