דער קלוב „מאַמע־לשון‟ אין נהריה

"Club Mame Loshen" in Nahariya


פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

אין דער צפֿון־ישׂראלדיקער שטאָט נהריה, בײַם האָסטעל „גלעד‟, האָט זיך הײַיאָר געעפֿנט דער ייִדיש־קלוב „מאַמע־לשון‟, אָרגאַניזירט דורך אָרטיקן אָפּטייל פֿונעם אַבסאָרבציע־מיניסטעריום (משׂרד־הקליטה), בשותּפֿות מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם בנין, וואָס דינט ווי אַ האָטעל און וווין־הויז. דער מחבר פֿון די שורות פֿירט אָן מיט דער טעטיקייט פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג.

דער ערשטער צוזאַמענטרעף פֿונעם קלוב איז פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר. זינט דעמאָלט, פֿאַרזאַמלען זיך די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך יעדע צוויי וואָכן אינעם געמיטלעכן זאַל אויפֿן ערשטן שטאָק פֿונעם האָטעל, וווּ עס שטייט אַ פֿאָרטעפּיאַנע. ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם קלוב זענען עלטערע אײַנוווינער פֿונעם האָסטעל. עס קומען אויך אַ צאָל תּושבֿים פֿון דער שטאָט. צומאָל באַווײַזן זיך די געסט פֿון דער שכנישער שטאָט מעלות, וועלכע ווילן כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש, דערהערן פּאָפּולערע פֿאָלקס־לידער און זיך דערמאָנען די נאָסטאַלגישע אַטמאָספֿער פֿון דער אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּע, ווען ייִדיש איז געווען די נאַטירלעכע שפּראַך אויף די גאַסן פֿון מאָלדאָווע, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און די באַלטישע לענדער.

בעת דעם ערשטן צוזאַמענטרעף האָט דער פֿאַרזאַמלטער עולם באַשלאָסן, אַז אַנשטאָט צו לערנען ייִדיש זאָל מען עס זיך בעסער דערמאָנען. כּמעט אַלע באַזוכער פֿונעם קלוב האָבן אַמאָל שטודירט העברעיִש אין אַן אולפּן און זענען דערפֿאַר באַקאַנט מיטן אַלף־בית. אויב אַפֿילו, ווען זיי האָבן געוווינט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיי נישט געקענט קיין עבֿרי, קאָנען זיי פֿאַרשטיין דאָס פּשוטע גערעדטע מאַמע־לשון און קאָנען עס הײַנט לייענען אָן קיין גרויסע שוועריקייטן.

יעדעס מאָל, ווען מיר טרעפֿן זיך אינעם האָטעל, הייבן מיר אָן מיטן זינגען דאָס באַקאַנטע ליד „לאָמיר אַלע אינאיינעם‟, וואָס איז געוואָרן פֿאַר אונדז דער הימען פֿונעם קלוב. דערנאָך, באַקען איך די פֿאַרזאַמלטע מיט די נײַעס פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. יעדער פֿון די באַטייליקטע דערציילט עפּעס אַ פּערזענלעכע מעשׂה, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדיש. ווען דער קלוב האָט זיך געעפֿנט, האָבן מיר געבעטן אַלע מיטגלידער צוצוגרייטן אַ דערציילונג אויף ייִדיש וועגן זייער ביאָגראַפֿיע און משפּחה. ס׳רובֿ געשיכטעס זענען פֿאַרבונדן מיט טראַגישע געשעענישן, ווײַל כּמעט אַלע קלוב־באַזוכער האָבן איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין זייערע קינדער־יאָרן.