(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די חרדים זענען נישט איינשטימיק, ווי עס דאַכט זיך אויפֿן ערשטן בליק:
פֿאַראַן די „העדה-החרדית‟, די מער עקסטרעמע חרדישע קרײַזן אין ירושלים, וואָס זיי זענען די וואָס טומלען מער ווי אַלעמען און דעמאָנסטרירן מיט דעם וואָס זיי שטויסן זיך צונויף מיט דער פּאָליציי און פֿאַרברענען מיסט — צוריקגערעדט, אַזוי דעמאָנסטרירן זיי קעגן אַלץ און אַלעמע. פֿאַראַן עסקנים וואָס קלאָגן אין געריכט קעגן דעם רעכט פֿונעם פּאַראַד צו מאַרשירן, אָבער זיי וועלן נישט „אײַנטיקען אַ פֿינגער אין קאַלטן וואַסער‟.
רובֿ פונעם חרדישן ציבור האָבן אָבער נישט געהערט וועגן דעם וואָס עס טרעטן אַרויס זייערע עסקנים מיט שוים אויף די ליפּן; אָדער זיי אינטערעסירן זיך נישט אין דעם גאַנצן ענין, אָדער זיי גייען צו דער עצרת-תּפילה סתּם אַזוי ווײַל עס ווערט לאַנגווײַליק אין דער היים.
די חרדישע „האַפֿגונע‟ (דאָס הייסט — דעמאָנסטראַציע) טראָגט איין כאַראַקטער: מע בלאָקירט אַ הויפּט-גאַס, עמעצער רעדט פֿון דער בינע מיט אַ וויינענדיקן קול, עס שמעקט מיט חורבן-הבית און קינות.
די חרדישע דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער איך בין בײַגעווען, איז געווען זייער אַ שטילע, זייער אַ לאַנגווײַליקע. מע באַגעגנט פֿאַרשלאָפֿענע און פֿאַרשוויצטע פּנימער אויף יעדן טריט און שריט.
אויף די אַפֿישן שטייט: „פּראָטעסט‟, „אַ גרויסן וויי־געשריי‟, נאָר עס ווערט נישט דערמאָנט מיט קיין וואָרט צוליב וואָס איז דאָס געוויין און געשריי. אַלץ איז שטאַרק פֿאַרנעפּלט.
מאָדנע, נאָר דער פּאַראַד און די „האַפֿגונע‟ זענען ביידע שטיל. קוקנדיק אויף זיי באַקומט זיך אַ רושם, אַז די שטאָט איז אויסערגעוויינטלעך שטיל, נאָר דער אמת איז, אַז זי איז אָנגעלאָדן מיט שפּאַנונג. אַזוי געדיכט אַז מע קען שנײַדן די שפּאַנונג מיט אַ מעסער. דאָס מאָל האָט דאָס מעסער, ליידער, געמאַכט אַ טיפֿן שניט.
מײַן אייגענע אויספֿירונג: ווער עס וויל טאַקע עפּעס אויפֿטאָן, אַרויסווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די האָמאָסעקסואַליסטן און לעסביאַנקעס, זײַן אַן אָנשפּאַר פֿאַר פֿרײַהייט, דאָרט וווּ זי איז נישט זעלבסטפֿאַרשטענדלעך — זאָל מאַרשירן אין ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.